2/23/2006

מה, זה ג'יבריש?


ווי איר זעט האב איך מקיים געווען דעם "אחרי רבים להטות," און אריבערגעקליבן זיך קיין "בלאגספאט". איך בין א ניש'קשה'דיגער עם-הארץ אין "האַטמעיל" און קען זיך שוואך אויס בשבילי הטאַמפלעט; האף איך אבער מיט דער צייט צו דערגרינטעווען זיך אין דער דאזיגער תורה און אביסל מסדר זיין דאס בלעטל.


אויף דער פאדערזייט פון ישראלבלאג איז פאראן אן אפציע צו זען די בלאגן וועלכע זענען נארוואס דערהיינטיגט געווארן. וויבאלד קיין אידישע בלאגן זענען דארט כמעט ווי נישט פאראן, איז אזא בלאג ווי מיינעם געווען א ווילדער חידוש – די וואס האבן דארט אריינגעקוקט האבן זיך געטראפן לייענען א מין מיסטישע שריפט. די ערשטע תגובה פאר כמעט יעדער פאסט האט אויסגעדריקט אט דעם וואונדער: "באיזה שפה שפה זו," פאר די מער-באזעצענע בלאגערס, ביז "אימ'לה זה ג'בריש או מה?" פאר די מער-הומאריסטיש געשטימטע.


אין "בלאגער" קען איך, הייסט עס, ארויסקוקן אויף לייענערס וואס וועלן יא פארשטיין וואס איך שרייב.


תגובה 1:

  1. יא, טייערינקער, איר מעגט זיך ריכטן אויף מער אידיש לייענער דא. איז זאל זיין אין א גיטער און א מזלדיגער שעה

    השבמחק