3/01/2006

קומען ווען א טאג א הייסער, קומען וועט א טאג א גרויסער...

אט מיט די ווערטער הייבט זיך א ליד אויף איינער פון ר' יו"ט ערליכ'ס קאסעטעס ("חבלי משיח", דאכט זיך). ר' יו"ט ערליך מאלט דארט א בילד ווי עס וועט אויסקוקן באחרית הימים, ווען משיח וועט קומען. א מייסטער אין זיין פאך, באקומט זיך אין ליד א קלאר, פילפארביג בילד פון דעם גרויסן שרעקליכן דעמאלט.

אבער דער חידוש איבער אלעמען איז, וואס אין קאנטראסט צו זיין סטאנדארט פון אויסזינגען די גלוסט צו יענע גוטע צייטן, איז ער דא הארט און ברוטאל-רעאליסטיש. מען פליט נישט הימל-הויך איבער די כמארעס; מען טרעפט זיך נישט מיט די עלטערן, באבעס און זיידעס; און די אידישע שונאים פלאצן נישט פאר צער פאר פייניגן אידישע קינדער. ניין; נישטא אין דעם ליד קיין זכר פון די דאזיגע גוטע זאכן. דא, זענען אידן פארזינקען אין עולם הזה; פארטראגן אין עולם התוהו און פארפאלן אין טאג-טעגליכע דאגות. דא טראגט די גאולה זיך אן ווי א שטורעם. עס בליצט און דינערט און שאקעלט אויף די פונדאמענטן פון דער בריאה.

"אין טאל פון יהושפט דארטן, באשעפענישן אלע סארטן..."

א טארנעדאו האט זיך אנגעטראגן. קיינער כאפט נאכנישט וואס עס קומט פאר, און "ווינטן וועלן נעמען טרייבן, קיינער וועט נישט קענען בלייבן." אלע, אלע ווערן פארטראגן צום גרויסן, פארכטיגן, ענדגילטיגן געריכט, וואו דער אלמעכטיגער מאכט דעם אוניווערסאלן חשבון מיט אלע בעלי בחירה – "עס קומט דער גרויסער יום הדין."

ווייניג, זייער ווייניג באווייזט מיך אזוי אויפצושאקלען און אפילו אויפשוידערן, ווי דער דאזיגער ליד. ר' יו"ט איז געווענליך דער טרייסטער, דער גוטינקער, דער נאענטער חבר. ער ווישט טרערן, זאלבט וואונדן, און צעגלעט הארץ-קנייטשן. אבער נישט דא! דא ווערט ער שטרענג ווי א מוכיח. ער שטייט אויף א בערגל, אויגן נביא'יש פארגלייזט, און שטראפט, דראעט, מיט א מעטאלנער שטימע, קאלט און הארט, וועגן א משפט מיט ווענט אלס פראקורארן און שטיינער -- עדות.

"עס קומט א טאג אן פון נקמה, עס קומט א טאג אן פון נחמה..."

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה