3/03/2006

ברעקעלעך

ליפא
א קלימאקס פון שגעון און טאלאנט. ביידע טרייבן צו מעשים און קומען אינאיינעם צום אויסדרוק ביים שפיץ.

מיר און זיי
די זעלבע קריגערייען און די זעלבע שנאה – יעדער מיט זיינע השגות און נאך זיינע מעגליכקייטן. ביי די פאנאטישע מוסולמענער, מיט אפהאקן דעם קאפ; ביי אונז, מיט אונטערהאקן די פיס. ביי זיי איז מארדן די נארמע; ביי אונז איז רציחה פשוט מחוץ די השגות.

מייקל סעוועדזש/ווינער
א אידישער זעלבספארלייקענער. געשלאגן מיט א גוט-אנטוויקלטן גלות-קאמפלעקס. ווייסט נישט וואס ער וויל. קוקט אויף דער וועלט דורך אומרעאליסטישע ברילן. ציניש ביז גאל. א גוטער אונטערהאלטער.

ראדיקאלער ליבעראליזם
סינאנים מיט איפכא מתברא. פארשטייט מיט "פראגרעס" דאס אפווארפן אלץ וואס שוין געטראכט געווארן.

פרעזידענט בוש
נאפאליען מיט גוטע כוונות. זוכט צו אנשליסן וואס מער טעריטאריע אין זיין אימפעריע פון דעמאקראטיע. זוכט די טובה פון זיין פאלק. אָלערגיש צו פאָרמעלער שטאַטסמאַנשאַפט.

דאבעליו עי-בי-סי
א ווירטועלער היידפארט וואו איינטריט איז באגרעניצט צו משוגעים און דעבאטעס – צו לופט. פלאפלערס מיט פוסטע רייד.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה