6/22/2006

יעצט איינמאל וועלן מיר מוזן מודה זיין אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. "קטלא קניא" איז בייסיג און זיין סאטירע אויפ'ן חשבון פון אונזערע העכערע באגריפן טוט מיר אפט וויי, איז ער אבער מיט זיין ארטיקל אין היינטיגן אלגעמיינער זשורנאל כשר גערעכט.

הגם זיין עיקר טעמע איז די נאכלעסיגקייט אין זיך אפהיטן דאס געזונט ביי א סך פון אונז, מיין איך בעיקר דעם אנהייב - אונזער גוזמא'דיגע סענסיטיוויטעט כלפי אלעם וואס שמעקט מיט אנטיסעמיטיזם. א פאליציאנט שרייבט אויס א טיקעט - אנטיסעמיט; א גוי קלאפט בטעות אראפ א איד און פרובירט זיך פארטיידיגן דורך אנווארפן די שולד אויפ'ן קרבן - אנטיסעמיט; א פאליטיקער קריטיקירט די "עיפעק" לאבי פאר צופיל אגרעסיע - אנטיסעמיט.

ס'איז נאריש און אומזיניג; עס פארמיאוסט אונז נאר און פארביליגט דעם טערמין. פאראן גענוג אמת'ע אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם, און עס פעלט נישט אויס אויסצוזוכן נייע.


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה