8/21/2006

איך בין געווארן א שרייבער!


וחסורי מיחסרא והכי קתני: איך בין געווען גלאט אזוי א בלאגער; האט מיר דאס מזל געשפילט - די זשורנאליסטישע וועלט האט אנערקענט מיינע טאלאנטן און איך בין אזוי בין יום ללילה מגולגל געווארן אין א פאלנעם שרייבער! און נישט סתם אזוי, נאר טאקע אינעם פרעסטיזשפולן אלגעמיינער זשורנאל!

איז ווערט די גאנצע בלאגער וועלט מכובד זיך אזוי אביסל אונטערהייבן פון די בענקלעך און מיר געבן א קנאקעדיגן בראווא. ווער עס וועט נישט אזוי טאן, ריזיקירט מיט - און זאגט נישט אז כ'האב נישט געווארנט פון פריער - א פּאָר בייזע בליקן פון כביכול א שרייבער. לא ע"י מלאך ולא ע"י שליח, נאר טאקע איך אליין, דאס טייטש איך, באוואפנט מיט מיין שרייבעריי-חוש, וועל יענעם צוטיילן כמה וכמה שפיזיג-בייזע בליקן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה