8/27/2006

ציניזם כלפי ציניקערס


די מדינת-ישראל ארמיי האט באשאסן אן אויטא וואס האט געפירט "רויטערס" זשורנאליסטן. ווי "רויטערס" זאגט, איז דער אויטא געווען קלאר באצייכנט און מיט גרויסע ווערטער. מדינת ישראל זאגט אז דער אויטא איז נישט געווען קלאר אידענטיפיצירט, און האט אויסגעדריקט באדויער אויף דעם אינצידענט.

קוקנדיג אויפ'ן בילד, אבער, זעט מען אן אויטא וואס איז דווקא יא קלאר אידענטיפיצירט.

איך ווייס נישט וויאזוי דאס מיליטער האט געמאכט דעם טעות; יעדנפאלס האב איך הנאה פון זייער תירוץ. זאלן די "רויטערס"-ציניקערס שפירן דעם טעם פון ציניזם אויף דער אייגענער הויט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה