4/20/2007

ברעקעלעך

(דאס ווייטערדיגע איז געדרוקט געווען אין "אלגעמיינער זשורנאל" מיט עטליכע חדשים צוריק. פשוט אויסגעלאפן אין די געשעפטן, לייג איך זיי דאס איבער.)

מעטאַפיזיקס
די בריק פון דער מאָדערנער וויסנשאפט צו דער פאַרצייטישער פילאָזאָפיע.


דיפּלאָמאַטיע
שקר אין א שניפּסל. היפּאָקריטסווע אונטער א מאַסקע פון תמימות. ספּעציאַליזירט זיך אין אויסגלייכן די תהומ'יקע אונטערשיידן צווישן דעם גוטן און שלעכטן. גרויסער גורם צו פילע חורבנות. האָט געברענגט די צווייטע וועלט-קריג און וועט אָנברענגען די דריטע. אַ מכּה אשר לא כּתובה בּתּורה.


אינטערנעט
אָדער, "סייבּער ספּעיס". אַ ריזיקע שטאָט מיט אַלעם דערינען, פון בעסטן ביז'ן ערגסטן. די איינציקע אינטערשייד פון דער ווירקלעכקייט: די איינוואוינערס זעען זיך נישט איינער דעם צווייטן.
אַ שטיקל אָנדייטונג וואָספאַראַ פּנים די וועלט וואָלט געטראָגן אָן בושה און מורא.


רעפאָרם אידישקייט
אַ שיטה וואָס איז נישט באַזירט אויף קיין איין-איינציקן יסוד, אַחוץ דעם פּרינציפּ פון בייטן די עקזיסטירנדע יסודות.


אַבסטראַקטע קונסט
יעדער אַקט וואָס פאַרמאָגט נישט קיין באַשטימטע קאַטעגאָריע: ציללאָזע מאַלעריי ווערק, כאַאָטישע מוזיק קלאַנגען, און סטרוקטורלאָזע סטרוקטורן.


שגעון
אַ באַגריף וועלכן די מאָדערנע פּסיכאָלאָגיע האָט פאַרוואַנדלט אין אַ קיילעכיקן יתום. אַלץ וואָס מענטשלעך-אומגעווענלעך האָט באַקומען צוגעטיילט אַ מעדיציניש-וויסנשאַפטלעכן טערמין, סאָרטירט נאָך באַשטימטע קאַטעגאָריעס.


ישראל
דער אַמאָליקער "מאָשקע" איבערגעגאָסן אין דער היינטיקער גלאָבאַליזירטער וועלט. פאַרפיינטעט ביי אַלעמען. ווערט געזען ווי דער מקור צו אַלע צרות. שפּילט משה-מענטש אין קלויז אָבער צעקנוילט זיך פאַר'ן גוי אינדרויסן. איז אָנגעוויזן אויף די חסדים פונעם "פּריץ" און לעבט אויפ'ן גוטן ווילן פון אַ פרומען קריסט…


שלום בערגער
אַן ערליכער. אַ גוטער. אַ פאַרגינער. אַ גרינטיקער. וויל דאָס בעסטע פאַר אַלעמען. אַ גלענצענדער שרייבער. אַן ערלעכער ליבעראַל. (פון די ווייניק וואָס געבליבן!)
אַ קאָנסערוואַטיווער איד וואָס באַלאַנגט ליבערשט צום ליבעראַלן שטראָם פונעם אָרטאָדאָקסישן לאַגער.
הגם איך בין מיט אים אָפט נישט מסכים, האָב איך כלפּי אים דעם גרעסטן רעספּעקט.
כ'וואָלט אים זייער געוואָלט זען ווי אַ שטענדיקער קאָלומניסט אין "אַלגעמיינער זשורנאַל".


דזשאַן באָלטאָן
מיין העלד אין דער היינטיקער דיפּלאָמאַטיש-פּאָליטישער וועלט. זאָגט דעם אמת אין פּנים און איז קיינעם נישט נושא-פּנים. פאַרהערלעכט די רעכפאַרטיקע און פאַרדאַמט די שלעכטע. שוינט נישט די וועלכע זענען נישט ווערט קיין רחמנות. טוט צו דער זאַך.
כ'וואָלט אים זייער געוואָלט זען ווי אויסערן מיניסטער אונטער פּרעזידענט רודאָלף דזשוליאַני...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה