4/25/2007

נאך ברעקעלעך

אַכמעדיניזשאַד – ראַפינירט, נישט מסוכן
דער פּרעזידענט פון איראַן איז קלוג ווי דעם טאָג. מסוכן זענען די אומשטענדן. זאָל די פרייע וועלט נאָר וועלן, מאַכט זי אַ שנעלן סוף צו אים און זיינע פּלענער בבת אחת.
מסוכן איז די לאַגע פון די באַציאונגען צווישן מערב-וועלט פירערס. מסוכן איז דער עגאָ, וועלכער האָט אַרומגעכאַפּט אַזאַ לאַנד ווי פראַנקרייך. מסוכן איז דער ציניזם, וואָס הערשט אין דער יו-ען. מסוכן איז אונזער באַנומענקייט, אַז אַנשטאָט פאַרשטיין די פּראָבלעם, וואַרפט מען זיך קאָלדרעס איבער'ן קאָפּ און מ'שרייט, "ערגער ווי היטלער..."

דער באַרג עווערעסט
אַן ערדישער ריז, וועמענס קאָפּ איז ווייס פון פיל יאָרן און אַזויפיל טראַכטן וואָס די ערד-קינדער זוכן אַזוינס אַזוי ענערגיש אויף זיין ריקן.

נאַציאָנאַליזם – דריי באַדייטן
דער אייראָפּעאישער נאַציאָנאַליזם איז אַ פּוסטע גאווה: איך, מיין לאַנד, מיין קולטור איז בעסער ווי דו און דיינעם, און בלויז איך און מיר זענען דערצו באַרעכטיקט.
די אַמעריקאַנישע ווערסיע דריקט זיך אויס אין אַ שטאָלץ מיט זיינע דערגרייכונגען, איבערצייגונג אַז זיין וועג און אַרט לעבן איז דער בעסטער; נאָר וואָס דען? אדרבא, קום אַהער און שליס זיך אָן!
נאַציאָנאַליזם נוסח ישראל איז פּראָסט די ליבע צום לאַנד וואָס ג-ט האָט געשאָנקען זיין פאָלק – און קומט צום אויסדרוק אין מעשים דיקטירט פון הלכה און השקפה, ווי פאַרשטאַנען דורך די גדולים פון דעם "נאַציאָנאַליסטישן" סעקטאָר.
איז, נאַציאָנאַליזם נוסח אייראָפּע איז אַ חולאת; נוסח אַמעריקע – לאָגיק דערלאָזט עס, אָבער דער שכל צווינגט עס נישט; נאַציאָנאַליזם ווי געלערנט אין ישראל איז ווי געגאָסן פאַר דעם לאַנד: אַנדערש ווי איבעראַל און געטריבן פון מיסטיק...


נאָוועלען – אויף אַן אמת
די וועלט איז באַהערשט פון שקר. דער אמת מיט אַ נאָוועל איז דער ליגנט אין אים. זאָל, אויב אַזוי, די מעשה גיין פאַרקערט: דערציילן דעם לייענער וואָס געוואָרן מיט'ן העלד, און דאַן אויפוויקלען די געשיכטע פון אונטן אַרויף.


די פּען – אַ באַהערשטער גיבור
זי איז קרעפטיג און ערדיש אַלמעכטיג. איז בכוח אָנצוזייען מלחמה און חורבן, און איינשטעלן שלום און ברענגען ברכה. אַלץ איז געוואָנדן אין דעם מייסטער וואָס מאַנעווירט מיט איר.
אַ רחמנות אויף דער פּען ווען זי פאַלט אַריין אין די הענט פון בייזע מענטשן, איגנאָראַנטן, און קרימע קעפּ.

דער פראַנצויז
שטאָלץ אָן דעקונג. האַלט זיך העכער אַלעמען אָן קיין פאַרוואָס. וואוינט אין אַ לאַנד וואו קונסט איז באַגרעניצט צו שונד, און די פאָלק-נשמה איז אומפאַרגינערשקייט.


אויל-פּרייזן
אַ פּראַקטישער פּירוש אויף דעם זאָג פון חז"ל (סנהדרין) לגבי משיח'ס צייטן: "די טרויבן וועלן געבן זייער פרוכט און דער וויין וועט זיין טייער."

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה