6/12/2007

ברעקעלעך

(געדרוקט אין אלגעמיינער פאר צוויי וואכן צוריק)

דער רחמנות-קאַנדידאַט
איך האָב רחמנות אויף דזשאַן עדוואַרדס, איינער פון די דעמאָקראַטישע פּרעזידענט-קאַנדידאַטן. זיין פרוי איז זייער קראַנק. אַלס רעגיסטרירטער דעמאָקראַט, שטופּט מיר דאָס געפיל צו שטימען פאַר אים אין די פּריימעריס. אין די אַלגעמיינע וואַלן, אָבער, איז מיין קאַנדידאַט רודאָלף דזשוליאַני.


אַלבערט איינשטיין
אַן אויסטערלישער בעל-דמיון, וואָס האָט פאַנטאַזירט אין דער געוואונטשענער ריכטונג.


דאָס תהילימ'על
אַ צעבראָכענער זקן – אַלט אין צייט און אור-אַלט פון מיטמאַכענישן. הערט אידישע צרות שוין טויזנטער יאָרן. אַ שוואָם פאַר טרערן. אַ גוטער שליח פאַר אַ בעסערן משלח.


טעכנאָלאָגישע פּראָגרעס
די פּראָפּאָרציאָנעלע עקספּאַנסיע פון באַקוועמלעכקייט און קאָפּווייטיק. אַ מעקראָ-ווערסיע פון אַ שטעטלשן לעבן מיט צוריקגעשטאַנענע מיטלען.


פּאָעזיע
אַ פלייץ פון פאַנטאַזיע און געפיל געצוימט דורך ווערטער און קוים פאַרהאַלטן מיט אַ זאַצן-דאָמבע.


טעראָר אַגענטן
איז מיר איינגעפאַלן צו נעמען די טראַפיק-אַגענטן, די שווער-לייביקע אַפראָ-אַמעריקאַנער היימלאָזע-אין-מונדירן וואָס באַפאַלן טעגלעך ניו יאָרקער קאַרס צו באַוואַרפן זיי מיט טיקעטס און געלט-שטראָפן – און זיי געבן די אויפגאַבע פון קעמפן קעגן דעם טעראָר.
פּינקטלעך זענען זיי, די-דאָזיקע אַגענטן, ווי דייטשן. פלייסיג ווי מוראַשקעס. און, בעיקר, טראָגן אין זיך דעם גאַנצן אויפברויז פון דער "רעפּ" מוזיק...


פראַנצויזישע דעמאָקראַטיע
געווען דאָרט וואַלן. געוואונען האָט דער וואָס באַקומען רוב שטימען.
טיפּיש-דעמאָקראַטישער פּראָצעדור. ניין?
הפּנים – ניין. דער קעגנערשער צד, אָנגעהענגער פון דעם פאַרלירער, האָבן רעאַגירט מיט ווילדע ראַיאָטן.
וואו? אין פראַנקרייך. וואָס איז פּשט? קיין פּשט. בלויז אַ פּראַקטישער אויסדרוק פון דער פראַנצויזישער נשמה: גאווה, אומפאַרגינערשקייט, און אוממעגלעכקייט צו קוקן דאָס מציאות אין פּנים.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה