7/18/2007

ברעקעלעך

בדיעבד בריאה
די טראַכט איז מיר פאַרשוואַנגערט מיט טאַלאַנט. דאָס באַשאַף איז גרייט און אויסגעוואַקסן דאָס ענג פּלאַץ; אויסגעבריט איז עס און שטויסט זיך אויף אַרויס. דערלאָזט עס אָבער נישט אַ נישט-דערעפנטער קאַנאַל – פאַרהאַלטן דורך דעם אָנשטרענג פון אומשטענדן.
עס בליצט אין מיין אויבן, אָבער אַ געדיכטער דינער פאַרשטעלט דעם צעשטראַל. יצירה-מאָלעקיולן וויברירן ווילד, אָבער איבערגעוואַרעמטער טומל-לופט לאָזט זיי נישט צונויפפאַלן. אַז שוין יאָ קאַלט ווערט, זענען די פינקען שוין פאַרלאָשן – אַ שטיק פאַרפרוירן פייער...
פאַראַן רויע ערב-מחשבות, פאַרפלאַנצט אין גייסט פון אין-סופ'יגן שכל; ווערן זיי אויס ביים אָנרייבן זיך אין אַ דאגות אַטמאָספער; דערקומען נישט מער ווי רעשטלעך האָלעוועשקעס.
און דערפון – "ברעקעלעך"...

אָבסעסיע
אַ שליטה על הלב דורך אַ נישט-באַלאַנצירטן מוח.

אונזער פּלאַנעט
דער סאַמע קאָסמאָס-שוואַכלינג: איז אָנגעוויזן אין דער ליכט פון אַנדערע. פאַרקויפט אַליין גאָרנישט, אויסער די מיטלען צו דערמעגלעכן דעם עקזיסטענץ פון דעם מין מענטש – אין וועמענס פרייע בחירה עס ליגט זיין צעשטערונג.

דאַרפור
אַ פעסטשטעלונג אַז דער וועלט'ס חרטה-דערקלאַראַציע נאָך דער שואה איז געווען אַ שיינע שפּיל; אַן אַלוועלטליכע פּערזאָניפיקאַציע פון רבי מענדעלע קאָצקער'ס, "מאַסקעס: וואו זענען אייערע פּנימ'ער!"

בּין-מענטש באַציאונגען-עוואָלוציע
מיט אינגאַנצן צוויי יאָר צוריק: אַ נודנער אינזעקט, פאַר וועמענס אומקום זענען געשאַפן געוואָרן מערערע פּאַטענטן. היינט: אַן ענערגיש געזוכניש נאָך איר – און די סיבות פאַר איר פאַרשוואונדן...

על דאטפיך...
דער פריערדיקער פראַנצויזישער פּרעמיער מיניסטער, דאָמיניק דע-ווילעפּין, ווערט געפאָרשט איבער'ן חטא פון פאַרשפּרייטן ליגנס וועגן אָנגעבלעכער קאָרופּציע אין לאַגער פון דעם נייעם פּרעזידענט, ניקאָלאַס סאַרקאָזי. די פּרעסע מיינט, אַז דע-ווילעפּין האָט דאָס געטאָן בכדי צו שטערן סאַרקאַזי'ן אין זיין קאַמפּיין פאַר'ן פּרעזידענט אַמט.
דע-ווילעפּין איז דער זעלביקער וואָס האָט אין די חדשים ערב דער איראַקישער קריג אָנגעפירט דעם מיאוס'ן קאַמפּיין קעגן די פאַראייניקטע שטאַטן,.
דער זעלבער מנוול ווי דעמאָלט; די זעלבע געמיינע מיטלען צו קעמפן מיט פּאָליטישע קעגנערס. מיט איראַק איז עס געווען געריכטעט קעגן אַמעריקע, האָט עס קאָלעגע פראַנצויזן געשמעקט. היינט האָט זיך פאַרטשעפּעט מיט זיינס גלייכן; שרייט די אָרטיקע פּרעסע געוואַלד.

2 comments:

  1. Check out my Yiddish blog!

    http://theyouthwillsleepnolonger.blogspot.com/

    השבמחק
  2. העי מיסטער, דו ביזט גוט. כ'האב שטארק הנאה פון דיינע ווערטלעך. בליציג. שמייכלדיג. און זייער ליינבאר. שכח.

    השבמחק