12/31/2007

ווער איז א גוטער שרייבער?

געפעק פון איבער'ן ים (2)

אין דער חרדי'שער וועלט איז א שרייבער דער וואס האט ביי זיך אזוי באשלאסן. אויב איינעם האט זיך פארגליסט צו ווערן א שרייבער, שמעקט ער אביסל ארום אין די פרומע צייטונגען פאר ווערטער- און זאצן-אויסלייג, און אינעם טאג ווען ער לערנט זיך גוט אויס צו "ספעלן" דאס שווערסטע ווארט אין אידיש - למשל "פרעצעדענטלאז" - וואקסן אים ארויס שתי שערות ויקרא שמו בישראל "שרייבער".

פון דעם מאמענט און ווייטער איז ער גאר א צווייטער מענטש. ער באטראכט שוין זיין ארום און די גאנצע וועלט מיט גאר אן אנדערן בליק - מיט א "שרייבערישן" בליק. אין זיינע אויגן ווערט ער דורכ'ן המון באטראכט ווי עפעס א באשעפעניש פון א גאר צווייטן קאליבער ווי דעם דורכשניט. זיינע אויגן זענען שוין נישט גלאט אזוי זע-אפאראטן, נאר סאפיסטיקירטע סקאַניר-מאשינדלעך וועלכע באנעמען אלעס ביז'ן סאמע תוך און באקומען פונעם סוביעקט ארויס געפערליך דעליקאטע אינפארמאציע.

דער שרייבער איז שוין היינט א מענטש מיט א מיינונג. מען קומט פרעגן דעתו הברורה איבער כמה ענינים וואס שטייען אויפ'ן סדר היום: "דו האלטסט אז ראמני וועט עס מאכן?" פרעגט אים א איד דריי מאל זיין יארגאנג מיט א געפילן-געמיש פון חצי רעספעקט, חצי קנאה.

"זיכער!" ציט אונזער שרייבער זיינע ווערטער כפיטורי בפי ושט. ער איז גענוג ברייטהארציג מיטצוטיילן זיינע געדאנקען מיט פרעגערס, הגם אנדערע שרייבערס, צום ביישפיל וויליאם סעפייער, זענען ביי זיך בגדול הנורא און ס'וואלט זיי קיינמאל נישט געפאסט זיך אראפצולאזן און דורכשמועסן ענינים העומדים ברומו של עולם מיט סתם אזוי פלאכע "נישט-שרייבער" עמך-אידן.

דער פרעגער גייט אוועק טויט צופרידן. דאס מזל האט אים באגליקט; ס'איז אים געלונגען צו כאפן א שמועס מיט א שרייבער און הערן אן ערשטהאנטיגן באריכט פון וואס טוט זיך אויפ'ן פראנט ביי יענעם אין מוח.

דאס זענען אונזערע שרייבער. צו וואס טויגן זיי אבער? אך! א וועלט קענען זיי איבערדרייען מיט דער פען! מאכט זיך אמאל א גרויסע רבי'שע שמחה. דארף מען דאך די שמחה ממשיך זיין און אריינפירן אין צייטונג. איר וואלט עס קיינמאל נישט געקענט טאן. וואו הייבט מען אן? איר וואלט פארלוירן געגאנגען נאר איידער'ן נעמען די פען אין דער האנט.אונזערע שרייבערס אבער האבן נישט די פראבלעם. "דאס יהדות החרדית איז נאך אלץ אונטער גערויש פון שמחה און התרגשות ... שוין דורכגעגאנגען עטליכע טעג זייט חסידים ואנשי מעשה האבן געטאנצן ביי דער שמחה בבית צדיקים ... און מען קען נאך אלץ נישט אויפהערן רעדן דערפון ... ווי א שטראם פון עלעקטריציטעט וואלט דורכגעלאפן דעם זאל האט דער טויזנט-קעפיגער עולם אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א און ספאנטאן אויסגעבראכן אין א געזאנג פון קול רינה וישועה ... א ים פון שטריימלעך האבן זיך געדרייט אין רינגען ... וינועו אמות הסיפים ..."

פארשטייט איר, אויסער דעם וואס אונזערע שרייבערס זענען בטבע געבענטשט מיט א חוש פאר דער מלאכת הכתיבה, האבן זיי אויך גענומען לענגערע קורסן דורך דורכלייענען די אידישע צייטונגען און זיך איינ'חזר'ן אלע "שווערע", אומגעווענליכע, "שרייבערישע" ווערטער. נוצר תאנה יאכל פרי' - יעצט, ווען ער איז שוין אנגעקומען צו דער דאזיגער הויכער מדריגה און איז אליין א שרייבער, שאקלט ער אויס פון ארבל דאס גאנצע בקיאות. צום ווייניגסטענס צוויי מאל אין יעדן זאץ - וואס באשטייט געווענליך פון א געוועב פון זאפטיגע מליצות - ווארפט ער אזוי מהיכי-תיתי אריין אן אומגעווענליך ווארט. למשל: נאך "אכן מה נהדר הי' המראה", קומט אריין, "דער עולם האט 'ספאנטאן' אויסגעבראכן אין א געזאנג". נעבן "[די פערל ווערטער פון דעם חשוב'ן בעל דרשן האבן זיך געגאסן] שמחין כנתינתן מסיני", איז נישט שלעכט "און דער 'פילצאליגער' עולם האט געשלינגען מיט דארשט די אינהאלטסרייכע [בלא בלא בלא]".

איך, זעט איר, בין אויך א שרייבער. איר גלייבט נישט, הא? וועל איך אייך געבן נישט איין, נאר מערערע סימנים:

"שטאנדהאפטיגע, אויסשליסליכע, פרעצעדענטלאזע, דעמאנסטראציע, שפעקולאציע, גואטאנאמא בעי, קאלין פאוועל, נאטא, קאלאמביע, ווייסע-הויז ווארטזאגער, מאסן פארניכטונג וואפן, שווארצער מארקעט, נעא נאציס, ראסיסטן, באגאסן מיט שווייס, שטערנס פינקלען, משוגענע קו קראנקהייט, פריימעריס, קאקוסעס, קאנווענשאן, שמעק הינט, אינפלאציע, אלען גרינשפאן, זעלבסטמארד אטאקע, אזויגערופענער "הרב"..., מ'שטיינס געזאגט, עיר ה' שמה, אנטריסטונג, פאסטקע, ואת ארידי, ואת אריזי, ואת ויזתא, ואת פרמשתא..."

גענוג?

יעצט רעדט, זייט מוחל, צו מיר מיט אביסל מער רעספעקט!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה