12/31/2007

ספיקות

געפעק פון איבער'ן ים (3)


דער ספק טוט זיך אן א מאסקע פון פרייהייט און רוימט אין אויער אריין א סוד, "אזוי וועט דיר גוט זיין. מערערע אויסוועגן - מער פרייהייט." זיבן מינוטן און זיבן סעקונדן לויפן דורך, און דו זעסט גאר אז ער איז א הערשנדיגע בעסטיע, וועמענס פילהענטיגער גוף פארשטעלט די ליכטיגקייט פון יא.

ער טרייבערט מיך, דער ספק. ער איז צו גרויס, צו ארומנעמיג. בלייבט אין מוח נישט קיין פלאץ פאר אנדערע. ווערט די מנוחה פון דארט ארויסגעטריבן. וויינט אין מיר די שרעק פון אומצאליגע מעגליכקייטן.

ער איז שטארק און מעכטיג, דער ספק; קאנטראלירט ער מיין געדאנק. ער וויקלט צונויף דעם יא און ניין און מאכט פון זיי איין שרעקליכן וועזן. נעמט מיך דער וועזן ארום מיט אייזערנע פינגערס און פירט מיינע מחשבות אין שטרענגער ריכטונג פון ווייטערדיגן ספק. ביינאכט, ווען דער מלאך פון ספק דרימעלט, צעקנוילן זיך די ספיקות איבער אלע מיינע חלומות. דער פותר חלום מאלט מיר א באשייד צו מיינע טרוימען - שווארצע טינט-פלעקן אויף אומשולדיג-ווייס פאפיר.

איז ער פיר-עקיג, בויט דער ספק ווענט פון מעגליכקייטן. ער איז א קרייז, פארכאפט ער מיך אין שטורעמישן געווירבל פון נישט-וויסן.

פארמאגט ער ווירקליך נישט קיין עק, קיין ענדע? בלייבט דער ספק אן אייביגע רעטעניש?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה