12/31/2007

פאטריאטיזם המבואר

געפעק פון איבער'ן ים (5)

נאך 9-11 האט א גייסט פון פאטריאטיזם ארומגעכאפט גאנץ אמעריקע. דער דאזיגער גייסט האט זיך פארשטארקט מיט דער צייט און ווערט נאר שטארקער. דעמאלט, תיכף נאך די אטאקעס, זענען אלע אמעריקאנער באנומען געווארן מיט דעם דאזיגן פאטריאטיזם. ווי די צייט איז דורכגעגאנגען, איז עס ביי טייל אפגעשוואכט געווארן. און מערקווירדיג: דער סעקטאר פון פאלק ביי וועלכן דער פאטריאטיזם האט זיך אנגעהויבן אפקילן, האט זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן קירעווען אויף לינקס. דער שכל זאגט אז אויב ווערט א געפיל אפגעקילט, בלייבט מען פאסיוו. וואלט געווען צו דערווארטן אז אנשטאט גיין מער לינקס, זאל דער דעמאקראטישער חדר צוריקגיין ערגעץ-וואו ביים צענטער - דארט וואו זיי זענען געווען ערב סעפטעמבער 11. פארוואס עפעס לינקס?

אויף די רעפובליקאנער איז שווער די זעלבע קשיא. דעם פאטריאטיזם פון נאך-9-11 איז זייער פארשטענדליך: דאס לאנד איז אנגעגריפן געווארן מיט אן אטאקע אויף א שוידערליכן פארנעם. יעדער האט געקענט דעם שונא און געוואוסט זיינע מאטיוון: ער מיינט מיך, מיין לאנד, מיין קולטור, מיינע באגריפן וועגן פרייהייט און דעמאקראטיע.

זענען דאך אבער שוין דורכגעלאפן א פאר יאר פון רעלאטיווער שטילקייט. וואלט דער פאטריאטיזם, דאכט זיך, געזאלט אביסל אפגעקילט ווערן, זיך בארואיגן. איז עס דאך אבער נישט אזוי; עס ווערט נאר מער באגרינדעט און באפעסטיגט.

איך האלט אז די סיבה פון ביידן – די ליבעראליזאציע פון דעמאקראטישן לאגער און קאנסערוואטיוויזאציע פון רעפובליקאנער – שטעקט אין זעלבן פענאמען: אנטוישונג. לאמיר פארשטיין וואס דא גייט פאָר.ווען מען ווערט באפאלן פון א פיינט וואס וויל נישט עפעס אנדערש ווי דער'הרג'ענען, גיט מען זיך נישט אפ קיין חשבונות. אלע באטראפענע און באדראעטע נעמען זיך אינסטינקטיוו צונויף; אחים לצרה שפירן זיך ווירקליך ווי מיטגלידער פון דער זעלבער משפחה.

דאס איז מיט אונז געשען נאך 9-11. ווי עס איז דורכגעגאנגען אביסל צייט, איז די שרעק און שאק פארוואנדלט געווארן אין א שרעקליכן צארן. יעדער האט געוואלט נקמה – צעשמעטערן דעם קאפ פון דעם דאזיגן מאנסטער שונא, צעגלידערן אים און זיכער מאכן אז ער איז נישט אומשטאנד מער אויף אזעלכע גרוילטאטן.אמעריקע האט געהאט פאר זיך צוויי ברירות: ממשיך זיין מיט אן אַפּיזמענט פאליטיק פון אלעמען לעקן און חנפ'ענען און זיכער מאכן אז דער שונא און זיינע שטילע שטיצערס זענען מיט איר צופרידן; אדער א פּרואוו טאן איר מיליטערישע קראפט און א ווייז געבן דעם שונא וואס איך קען ווען דו טראגסט מיך ארויס פון די כלים, טא בעסער זיץ איין.

פּרעזידענט בוש האט אויסגעקליבן דעם צווייטן וועג, און די אמעריקאנער אויסערן-פּאליטיק פאליסי האט זיך דראסטיש געענדערט.

מסכים זיין מיט'ן צווייטן מהלך האט אלזא יעצט געמיינט מסכים זיין מיט קאנסערוואטיווע און נעא-קאנסערוואטיווע שיטות. דאס איז שוין פאר דעמאקראטן געווען צופיל. אנגעווייטאגט פון 9-11 זענען זיי דאך געווען. איז אויב נישט צושטיין צום פּרעזידענט'ס פּאליטיק דארף מען דאך ריכטן דעם כעס ערגעץ אנדערשוואו. אזוי זענען דעמאקראטן צוביסלעך דורכגעגאנגען א מאדנעם אנטוויקלונגס פּראצעס, וואס האט ענדגילטיג געפירט ביז באשולדיגן דעם רעפּובליקאנער פּרעזידענט אין אלעם בייזן, אריינגערעכנט דעם טעראר אנגריף אויף אמעריקע.

אזוי זענען למעשה געלעזט געווארן אלע פראבלעמען: אין כעס בין איך; מען האט מיך מיאוס אויסגעפאטשט אום 9-11. מסכים זיין מיט רעכטע פאליסיס דארף איך אבער פארט נישט, ווייל כ'האב דעם פרעזידענט וועמען צו באשולדיגן אין די צרות.

די רעפובליקאנער, פון דער אנדערער זייט, האבן לכתחילה פּרובירט אויפקלערן און בארעכטיגן דעם נייעם צוגאנג מצד דעם פּרעזידענט. אבער זעענדיג אז זיי טאפּן א וואנט; דער לינקער לאגער איז בלינד פאר'עקשנ'ט נישט צו זען און נישט צו הערן, האבן זיי כעס'יג און האסטיג זיך אויסגעדרייט מיט'ן ריקן. אויב הסבר העלפט נישט און דיאלאג פירט צו א בלינדער וואנט, לאמיר זיך כאטש בעסער ארגאניזירן און שטייפער פארטיידיגן אונזער מהלך.

דריי יאר פון אזא גאנג האבן געשאפן אן אמעריקע צעטיילט צווישן צוויי עקסטרעמען: לינק-ליבעראל און רעכט-קאנסערוואטיוו. דער צענטער שטייט דערווייל כמעט ליידיג און ווייניג בעלנים זענען גרייט זיך דארט אריינצושטעלן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה