12/30/2007

אלגעמיינע אלגעמיינער באמערקונגען

אין דעם היינטיגן "אין דער וועלט פון ביכער און מחברים" קאלום פון אלגעמיינער זשורנאל שרייבט יעקב בריל וועגן א בוך, פון עמיצן געראלד שראודער, אין וועלכן יענער פרואווט אויסגלייכן די הפנימ'דיגע סתירות צווישן דער וויסנשאפט און רעליגיע.
בריל רעכנט אינמיטן ארטיקל אויס עטליכע טעאריעס אין דער מאדערנער פיזיקס, וועלכע לאזן דווקא דרינגען אז אלץ וואס די וויסנשאפט דערגייט היינט, ליגט באגראבן אין תנ"ך. (דער וועבסייט איז נאכנישט דערהיינטיגט און איך שרייב פון זכרון ארויס.) רעכנט דאס ארטיקל אויס צווישן אנדערן איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט און דער "קוואנטום מעכאניקס טעאריע."
איין קליינער צריך-לומר נאר. "קוואנטום מעכאניקס" איז נישט קיין טעאריע, נאר א צווייג פון דער מאדערנער פיזיק-וויסנשאפט, וואס גיט זיך אפ מיט די פרטים און אויפפירונג פון דער סוב-אטאמישער וועלט. ס'זענען פאראן טעאריעס וועלכע פראווען צו דערקלערן די מאדנע סתירה'דיגע דערשיינונגען וואס מיר געפינען דארט. אבער דער עצם זאך, "קוואנטום מעכאניקס", איז א פאקט, ארום וועלכן טעאריעס ווערן געוועבט.

*

אין דער ענגלישער אפטיילונג איז געדרוקט א נייעס וועגן דעם ארעסט פון א געוויסן רב אין בארא פארק. שטייט דארט (און איך ציטיר, ווידעראמאל, פון זכרון) אז דער "גרענד ראבאי" פון א "חסיד'ישער קהילה אין בארא פארק" איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן חשד אז ער האט אנגעפירט, צי טיילגענומען אין א ברייטפארצווייגטער שטייער-שווינדל נעץ.
יענער נייעס ארטיקל שאפט דעם איינדרוק ווי דער מדובר איז דער אנערקענטער רשכבה"ג פון דער חסידישער וועלט. עס פעלט מסתמא נישט אויס צו צעברייטערן דעם ענין. אין א שורה וואלט איך געזאגט: טוט מיר א טובה און נעמט זיך די מי צו מאכן א טעלעפאן-קאל איידער אפקויפן פערט-האנטיגע אינפארמאציע פאר גוט געלט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה