12/31/2007

שם כולל מקלל

אין ראמאפא טוט זיך לעצטנס א מערכה צווישן די איינוואוינערס און א געוויסן הרב באבאד וואס וויל דארט בויען א תורה-אינסטיטוציע. איז אין דזשורנאל ניוז געדרוקט געווארן א בריוו פון א לאקאלן איינוואוינער בשייכות צו עפעס א שטייער-סקאנדאל מיט'ן טאון-סופערווייזאר, אין וועלכן דער שרייבער רייסט אראפ דעם רב.
כנהוג ביי אמאטארן און היפאכאנדריע-ליידענדע, איז דער דאזיגער בלאג ארויסגעשפרונגען מיט א ויצעקו, "אנטיסעמיטיזם!"
איז זאל דעם בלאג בעל-הבית עמיצער קלאר מאכן, איז נישט יעדעס מאל וואס עמיצער קריטיקירט א איד שטעקט דערין אנטיסעמיטיזם. ווער זאגט דאס, אז דער בריוו-שרייבער האסט אידן? און אפילו מיר וועלן אננעמען אז הרב באבאד איז כשר גערעכט, איז יענער נאך אלץ בארעכטיגט צו זיין מיינונג, אז די געפלאנטע אינסטיטוציע וועט שאדן ברענגען דער געגנט.
צי זענען וויליאמסבורגער אידן ראסיסטן ווען זיי האבן קאמפיינט קעגן די מאנהעטן-גויים וואס האבן זיך אנגעהויבן אריינציען אין זייער געגנט?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה