12/31/2007

געפעק פון איבער'ן ים (1)


געווען א צייט ווען איך פלעג פלאפלען אויף איזראבלאג. שפעטער האב איך זיך אריבערגעפעקלט אהער, קיין בלאגער. איך ווייס אבער נישט וויאזוי אריבערצוברענגען דאס גאנצע געפעק אויף אמאל; דערפאר וויל איך איבערשטעלן דא עטליכע פאסט - די וואס איך באטראכט אלס אינטערעסאנטער און רעלעוואנט.

קטלא קניא און אנדערע בלאגערס

איך בין א סך מאל נישט איינשטימיג מיט קטלא קניא, אבער גלייכצייטיג האלט איך אז זיין בלאג שטייט אויף דער העכסטער דרגא ארויס פון די איבעריגע אידישע בלאגס.אנדערש ווי רוב אנדערע בלאגיסטן איז קטלא קניא זייער אריגינעל און זיינע געדאנקען זענען טיילמאל באצויבערנד. ער איז אן אינטעליגענטער מענטש און האט א געזונטן חוש פאר הומאר.

בקיצור: ס'איז ווערט די צייט אים צו לייענען - ווערט יא, אבער כדאי - נישט. (גארנישט פערזענליך; כ'פרוביר צו זיין אויפריכטיג.)קטלא קניא איז נישט קיין פארריקטער בעל תאווה וואס זוכט צופרידן צו שטעלן זיין געוויסן און פועל'ט דערפאר ביי זיך אז די תורה, מסורה - ביידע אדער איינע, גענצליך אדער אין טייל - זענען אפגעפרעגט. וואס יא, ער בלאנזשעט. ער איז פארכאפט אין א פלאנטער פון געדאנקען. ער טראכט טיף און פארמאגט אין קאפ גענוג "חומר למחשבה" ארום וועלכע די געדאנקען זיינע זאלן זיך דרייען. דערפון שאפט זיך אפט א געוועב פון ספיקות וואס געבן אים נישט קיין מנוחה.

קטלא קניא האט מסתמא נישט געעפנט זיין בלאג מיט'ן ציל צו דעמאנסטרירן זיינע קענטעניסן - הגם איך גלויב אז געוויסע פאסט זענען יא אביסל געטריבן געווארן פון אזא מאטיוו. אין אונזער וועלטל איז אים שווער אנגעקומען צו געפינען דעם ריכטיגן מענטש מיט וועמען זיך צו פארשטיין; האט ער אויסגעקליבן אט דעם מיטל פון רעדן מיט דער פען

.מיין מיינונג איז נאר אז זיינע ידיעות און טיפן טראכטן איז ביי אים נישט אין פראפארץ צו זיינע ידיעות אין עמקות התורה און דער טיפקייט פון יהדות; דערפון נעמען זיך זיינע אויף-דער-גרעניץ-פון-אפיקורס'שע מסקנות.

מיר קומט אויך פאר אז די זאכן וואס ער זעט ביי אונז שפילן ביי אים אויך א געוויסע ראלע ביים קומען צו מסקנות. ער פארגעסט אבער דערביי אז נישט אלעס וואס מענטשן טוען קענען באטראכט ווערן ווי לעגיטים גענוג צו מעגן אויף זייער גרונד אפווארפן יסודות אין אידישקייט.

איך זאג דאס אלעס פאר דער זעלבער סיבה ווי איך האב געעפנט א בלאג בכלל - אויסצוטראכטן הויך פארשידענע מחשבות וועלכע שפירן זיך אומבאקוועם אלס ארעסטאנטן אין מוח.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה