1/08/2008

איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה


דעם פארגאנגענעם זונטאג אוונט, איז אין ארבעטער-רינג בנין אפגעהאלטן געווארן א דיסקוסיע צווישן די רעדאקטארס פון די צייטונגען אלגעמיינער זשורנאל און פארווערטס - יוסף יצחק יאקאבסאן און באריס סאנדלער.

בפירוש: דווקא אינטערעסאנט געווען, און איך האב הנאה אז כ'האב אנגענומען די עצה פון מיין פריינט, דער טאלאנטירטער און אידיש-עסקן לעיזער בורקא.

אינטערעסאנט - און איינצייטיג עטוואס לאנגווייליג. דער תהום צווישן די לאגערס וואס די צוויי צייטונגען שטעלן פאר איז פיל ברייטער און טיפער ווי דעם פארנעם פונעם דיאלאג. מען האט גערעדט מער וועגן די זאכן וואס די צוויי צייטונגען/לאגערן פארמאגן בשותפות, איידער די זאכן וואס טיילט זיי פאנאנדער.

אבער, קיינמאל קיין ערגערס!

פאראן ביי מיר אין קאפ עטליכע קאמענטארן, וואס כ'וואלט באמת געדארפט מאכן אויפן פלאץ, אט דעמאלט ווען איציק גאטעסמאן, דער "מעדיאטאר", האט דעם עולם געגעבן די ברירה. האב איך אבער געשפירט, אז כ'וועל אפשר ביי עמיצן אנרירן אן איידעלן נערוו. איז טאקע א שאד אז דער דיאלאג איז נישט געווען מער אן אפענער.

איך האב זיך נישט פארשריבן קיין נאטיצן, און וועל דערפאר פרואוון זיך אויפפרישן דעם זכרון. ווי באלד כ'וועל זיך עפעס דערמאנען וועט זיין א פרישע פאסט...

איין זאך וואס האט זיך דערווייל פארהיטן אין זכרון, איז געווען סאנדלער'ס באמערקונג אז איינע פון די סיבות פארוואס דער פארווערטס ווערט נישט געלייענט אין די פרומע קרייזן איז צוליב דער אנגעטשעפעטער סטערעטיפ, אז דער פארווערטס איז עפעס ווי סאציאליסטיש אדער גאר קאמוניסטיש געשטימט.

דאס איז אבער נישט אמת. דער דורכשניטליכער אידיש-לייענער, בפרט פון נייעם דור, ווייסט ניטאמאל וואס די דאזיגע טערמינען באדייטן. דעם פארווערטס לייענט מען נישט ווייל זיין "יידיש" קלינגט דעם פרומען לייענער פרעמד, גאר ווי עפעס א צווייטע שפראך, מיט עטוואס שייכות צו "אידיש".

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם אלגעמיינעם וויכוח וועגן אויסלייג אא"וו. איין קליינע באמערקונג נאר. ס'איז איראניש, אז דער פארווערטס איז פון די סאמע פאלקסצייטונג פארוואנדלט געווארן אין אזא פוריסטישן זשורנאל, צוטריטלעך פאר בלויז א קליינעם פראצענט פון היינטיגע אידיש-"רעדערס".

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה