1/14/2008

א נקמה אינעם בייזן נביא

נעכטן האט דער ראדיא (ספעציפיש: סי-בי-עס) געסטראשעט אז איבערנאכט וועט זיך אראפלאזן א שניי, אזוי גרויס און ברייט ווי פון דריי ביז זעקס אינטשעס. איך בין געווען אין א געפערליכן גרימצארן, (שניי, זאלט איר טאקע וויסן אויף להבא, גייט מיר אויף די נערוון.) אבער, וואס האב איך דען געקענט טאן. איך האב יא פרובירט זיך איינ'טענה'ן מיט דער ראדיא: ווילסט דווקא שניי, לאז כאטש פאלן א גוטע צוויי פיס, און דערמיט מיך פטר'ן פון אריינגיין אין דער ארבעט. פיר-פינף אינטשעס איז דאך נישט אהער, נישט אהין.

און די שניי-נבואה איז געקומען נאך מיט א צוגאב: צוערשט וועט רעגענען, און הערשט דאן וועט דער שניי קומען. איך האב זיך אין פאנטאזיע שוין אויסגעמאלן גרויליגע בילדער פון סיידוואקס באדעקט מיט א שיכט צעגרויטן געשפענסט, און דורכפליענדע, שפריצנדע אויטאס און שעלטנדע פיסגייערס. הכלל, איך האב זיך נישט מקנא געווען.

וואס ס'האט זיך פון דער שווארצער נבואה אויסגעלאזט דארף איך אייך נישט דערציילן. איך האב היינט אינדערפרי געעפנט די טיר צו דער גאס מיט א ציטער; אבער - גארנישט!
כ'האב זיך אריינגעזעצט אין קאר איבערגענומען פון נצחון, און א קוק געגעבן אויף דער ראדיא. כא כא כא! ער האט געפרואווט זיך אוועקדרייען דאס בטל'ניש פנים, אבער איך האב זיך איינגעבויגן, אים אריינגעקוקט אין די פארוואסערטע אויגן - אווא! איז דאס געווען א זיס געפיל!
זאלן אלע שונאים אזוי פלאצן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה