1/30/2008

נאך דעם סטעיט אוו דהי יוניאן

איך מיין אז פרעזידענט בוש האט נאך קיינמאל פריער נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט די אמת'ע מאטיוון זיינע אונטער דער אינוואזיע פון איראק ווי אין דער יעצטיגער סטעיט-אוו-דהי-יוניאן דרשה. אין א ווארט האב איך עס אזוי אפגעלערנט: די פאראייניגטע שטאטן איז אין 9-11 באפאלן געווארן דורך א גרופקעלע מערדערס, וואס האט דורכגעפירט אויף איר באדן א שרעקליכער טעראר-אטאקע. בוש האט זיך געמאכט א חשבון, אז איינמאל טעראריזם פון דעם מין וואס געטריבן דורך איסלאמישן פונדאמענטאליזם נעמט זיך איבער דיינע ביינער, וועט ער דיך נישט אפלאזן ביז ס'וועט פון דיר נישט בלייבן א תל. איז, אנשטאט אנהייבן קעמפן קעגן יחידים -- בין-לאדען און זיינס גלייכן -- האט ער באשלאסן צו נעמען זיך צו דעם עצם באגריף פון איסלאמישן טעראר און אים אויסעסן פון דער ווירקליכקייט.
יעדער פארשטייט אז דער טערמין "אל קאאידא" איז נישט מער ווי א מיטל צו באצייכענען א צושטאנד. איך גלייב נישט אז "אל קאאידא" איז עפעס אן אונטערערדישע, סאפיסטיקירטע ארגאניזאציע. טעראריסטן -- טאקע די פונעם סאמע ערגסטן סארט -- קענען פונקט אזוי זיין יחידים, אדער א גרופע יחידים. מארדעווען און שעדיגן איז נישט קיין גרויסע תורה.
איז, וויבאלד אזוי, אז דער שונא וואס הייסט טעראריזם איז נישט קיין ספעציפישע ארגאניזאציע באזעצט אויף ספעציפיש-באשטימטע ערטער, איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה ווי זיך נעמען צום מקור און דארט אים אויסרייסן מיט'ן ווארצל.
דער פראקטישסטער וועג איז אריינצוברענגען דעמאקראטיע אין דעם ראיאן, וואו די עקזיסטירנדע סטרוקטורן פון געזעלשאפט דערלויבן און דערמוטיגן דעם דאזיגן מערדערישן געדאנקען גאנג -- דעם מיטל מזרח.
פאראן איין פראגע, וואס בלייבט מיר אומפארענטפערט: פארוואס פונקט איראק. איך קען שפעקולירן, אז איראק איז דאס איינציגע לאנד אין דעם ראיאן, וואס איז געפירט געווארן דווקא דורך א סעקולערער רעגירונג, און דער הערשער איז געווען עמיצער וואס יעדער האט פארשטאנען אז ס'קומט אים פעטש. בוש האט געוואלט מען זאל אים פארשטיין; איינצייטיג האט ער געוואלט אז מען זאל די מלחמה נישט אנקוקן ווי א קרייצצוג קעגן איסלאם.
איך גלייב אז די היסטאריע וועט באוואונדערן בוש, אלס איינער וואס האט גוט באנומען די פראבלעמען פון זיין צייט און גענומען שריט וואס ער האט באטראכט פאר וויכטיג און ריכטיג -- אפילו ווען זיי זענען נישט דווקא געווען פאפולער.
יא, מלחמה איז נישט קיין בא'טעמ'ט עסק. קיין שום נארמאלער מענטש האט נישט קיין הנאה פון פארגאסן בלוט. קיינער זוכט נישט דעם קאפ-וויי און קאנסעקווענצן וואס קומען מיט. וואס זאל מען אבער טאן, אז די אומשטענדן צווינגען; אז די אלטערנאטיווע וואלט געמיינט נישט מער ווי צייטווייליג אפשטופן מער בלוט-פארגיסונג.

תגובה 1:

  1. אנונימי30/1/08

    My my my. Great wrting. Coming from a Liberal Cynic like you, this is like cold water on a weary soul....

    השבמחק