1/31/2008

א "פאון-סינק" אלטערנאטיווע


די "קלוגע פאונס" (סמארט פאונס בלע"ז), בעיקר די "טריאס" און "בלעקבעריס" קומען מיט א ספעציעלן סאפטווער אויף צו סינקרענייזן דעם פאון מיט'ן קאמפיוטער. אויסער פשוט צו אריבערפירן אינפארמאציע פון-און-צו קאמפיוטער-טעלעפאן, סינקט מען זיי צו אויפהיטן די אינפארמאציע פונעם טעלעפאן, אין פאל ער ווערט פארלוירן אדער צעבראכן.

איך האב לעצטנס געהערט פון עטליכע באקאנטע וואס פארמאגן אזעלכע פאונס, אז זיי סינקרענייזן קיינמאל נישט. איך בין אבער אן אבגעבריטער און בין זייער שטרענג דערמיט. אבער פאר די וואס טוען עס נישט, צוליב סיי וועלכער סיבה, איז פאראן א געוויסע וועבזייט אויף וועלכן מען קען אויפלאדן די אינפארמאציע גראד פונעם טעלעפאן.

איך האב עס נישט פרובירט, אבער עס זעט אויס גוט. איז, נאט אייך.

2 comments:

  1. אנונימי1/2/08

    ארוני אינגעלע דריי ווייניגער א קאפ גיי צוריק אין דיין פארנאגראפיע דער בלאט ביורא און האק אויף דעם עם הארץ.

    וואס ווילסטו פונקליך מיט דעם פאוסט?

    השבמחק
  2. ס'וועט יעדער זיכער מסכים זיין, אז די פראגע איז שרעקליך טיף-קאמפליצירט און קען בשום אופן נישט געענטפערט ווערן אויף איין פוס. מיר'ן מוזן גוט אריינטראכטן.

    השבמחק