2/07/2008

"מיט" ארויס - מיט מעקעין אריין


כ'בין צופרידן אז מיט ראמני האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פרעזידענטליכן פארמעסט. די נאכאנאנדע פראבעס פונעם ראדיקאל-רעכטן לאגער אריינצוברענגען רעליגיע אין דער נאציאנאלער פאליטיק גייט שוין אביסל אויף די נערוון. איך זאג נישט, איך בין באקוועמער מיט די עוואנגעליקער ווי מיט די ראדיקאל-לינקע, וועלכע זעען דעם טייוול אין יעדער זאך וואס שמעקט נאר מיט רעליגיע; פארט איז מעקעין, אין מיינע אויגן, דער בעסטער אויסוואל צווישן די קאנדידאטן.

פארפאלן. מיט דער טעראריזם-געפאר דארף מען א רעפובליקאנישן ביים רודער. די רעכט-קאנסערוואטיווען, א שטייגער ווי דער פוסטער פלאפלער ראש לימבאו און זיינס גלייכן, מיט זייערע אנשויאונגען וועלן דא מאכן א חורבן. פארוואס פארשטייען זיי נישט, אז אין א שעת סכנה זוכט מען רעטונג, און מען פשט'לט זיך נישט צי דער רעטער האט די זעלבע קאליר האר ווי איך.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה