2/14/2008

א תיקון אין דער רעפרעזענטאנץ


דער דעילי ניוז באריכטעט וועגן דעם פלאן פון א חסידישן איד אין וויליאמסבורג צו לויפן פאר'ן סיטי-קאנסיל.

איך האף אז דאס וועט נישט געשען. איך זע נישט דעם אויפטו, און גלייב נישט אז מיר דארפן זיך שטופן צום אויבנאן.

דער אנגעבליכער קאנדידאט טענה'ט, אז די אידישע וויליאמסבורג באקומט נישט די סערוויסעס צו וועלכע ער איז בארעכטיגט. און ער איז גערעכט. אבער איך מיין, די פראבלעם ליגט נישט ביי די פאליטיקערס, נאר אין די פארשטייערס. די וויליאמסבורגער אידן נויטיגן זיך אין א געהעריגער רעפרעזענטאנץ, וואס זאל פארשטעלן זייערע זארגן און פראבלעמען.

ווען דער ציבור וועט פארשטיין אז די פאזיציע פון זיי געהעריג רעפרעזענטירן איז אן אויפגאבע וואס דארף אויסגעפירט ווערן, און נישט קיין מיטל מיט וועלכן צוצוטיילן עמיצן כבוד, וועט אלעס קלאפן ווי עס דארף צו זיין - ווי עס צו זען פון אנדערע געגנטן איבער גרעיטער ניו יארק.

2 תגובות:

  1. אנונימי14/2/08

    I mean, would it hurt anyone?

    השבמחק
  2. איך ווייס נישט. אבער צי מיינסטו נישט, אז ס'איז פאר היימישע אידן געזונטער אז מען רעדט פון זיי וואס ווייניגער; אז מען באטראכט זיי נישט אונטער פאר פארגרעסערונגס-גלאז? און בכלל מיין איך, אז א היימישער איד וועט גרינגער קריטיקירט ווערן פאר'ן אויפטאן לטובת וויליאמסבורג וויבאלד ער איז דאך אן אן אייגענער.
    איך מייו, אז דער אנגעבליכער קאנדידאט וואלט מער אויפטגעטאן מיט פשוט פארטרעטן די וויליאמסבורגער אינטערעסן פאר דער באהערדע. דאס איז אן אויפגאבע וואס ווארט אויף א גואל.

    השבמחק