2/19/2008

מציצה בליצנות


די מידיא סטאנציע פאקס נוז האט דורכגעפירט אן אויספארשונג אין שייכות מיט דער רשעות'דיגער טיקעט-מכה וואס דער עגאאיסטישער אפארטוניסט בלומבערג האט אנגעברענגט אויף דער שטאט ניו יארק. די געפינסן האבן געוויזן, די טיקעט-מיליצעס זענען זייער ברייטהארציג לפנים משורת הדין, און געבן טיקעטס פאר אומשולדיגע מענטשן.

ס'איז אפשר אין פלאץ זיך אויפצופרישן דעם זכרון, און דערמאנען זיך אין דעם קאמפיין וואס איז געפירט געווארן אין וויליאמסבורג ערב די מאיעראלע וואלן, אז מען זאל למען השם שטימען פאר בלומבערג. דער שלאגווארט איז געווען, "מציצה בפה".

און ס'איז טאקע מקויים געווארן, נאר מיט א קליינער ענדערונג, מציצת דם התמצית. אט אזא פנים טראגט די אידישע וויליאמסבורג, ווען אירע פארטרעטער ניצן זייערע פאזיציעס פאר ביליגע פאליטישע חשבונות - און נישט נאר איגנארירנדיג דערביי די אישוס וואס זענען טאקע נוגע דעם ציבור, נאר האבן אפילו נישט קיין פראבלעם צו פארוואנדלען שלעכט אין גוט, לטובת אייגנניציגקייט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה