4/13/2008

ויקרא שמם בישראל שלאף-צימערן




(דאס פאלגנדע קומט געזינגען צו ווערן מיט'ן ניגון פון "ואני".) וועעעעעסטו דאך אוודאי פרעגן מיט וואס איז דאס מער שלאף-צימער ווי וואק-אין קלאזעט, וועל איך דיר ענטפערן, אז דער דעוועלאופער האט ברוב רחמיו וחסדיו אריינגעווארפן א פענסטערל ערגעץ-וואו ביים ווינקל. ווייייילסטו דאך אוודאי פארשטיין וואס איז דער אויפטו פון א פענסטער ווען עס קוקט אין ערגעץ נישט ארויס אויסער א ציגעלנער וואנט, וועל איך דיר ענטפערן, "דריי נישט קיין קאפ; מוזט די דירה נישט נעמען. איך האב א ליין מיט מענטשן וואס ווארטן מיט א דאון-פעימענט אין די הענט..."

לאמיר אלע זינגען אינאיינעם: וויליאמסבורג, א מחי' גאר! וואוינען דארט שיינע אידן, אויף מיינע שונאים אזא יאר...

תגובה 1:

  1. Oh My God!

    About time we move to the suburbs!

    Its such a pain o live in new york city!

    השבמחק