7/07/2010

נעווער עגען?

ווען אידן זענען אביסל צוזיך געקומען נאך דעם חורבן פון דער לעצטער וועלט-קריג און אנגעהויבן באגרייפן וואס צו זיי איז געשען, איז געבוירן געווארן א טערמין פון "נעווער עגען." דאס האט געהייסן אז ס'ליגט אויף אונז א חוב צו טאן אלעס אויף דער וועלט, צו פארזיכערן אז נאכאמאל זאל אזוינס נישט געשען.

געטריבן פון דעם זעקס-מיליאן פארלוסט, האט דער "נעווער-עגען" פארמאגט אומגעהויערער ענערגיע, וואס האט געפירט צו ריזיגע אונטערנעמונגען פון מוזעאומס, יארצייט-צערעמאניעס, ארגאניזאציעס – און בעיקר, פארוואנדלט געווארן אין א שרעק-מיטל קעגן אלע שונאים. ווי ס'האט זיך עמיצן געדאכט אז א קרום ווארט קעגן אידן ווערט געזאגט, האט זיך באלד אויפגעהויבן א געוואלד: "נעווער עגען." ווי מיט א צויבער-שטעקעלע, האט דאס יענעם באלד פארמאכט דאס מויל.

זענען היינט איבער דער וועלט פאראן א צאל חורבן-מוזעאומס; דער חורבן ווערט יערליך אפּגעמערקט איבער דער גאנצער וועלט; אין שולעס ווערט דער האלאקאוסט געלערנט מיט תלמידים.

די גאנצע וועלט, קינדער, טאטעס און זיידעס, ווייסט וועגן דעם האלאקאוסט. אלע ווייסן אז ס'איז געווען א ווילדער רוצח מיט'ן נאמען אדאלף היטלער, וועלכער האט אומגעברענגט מיליאנען אידן.

און פארט, פאר'ן 21סטן יארהונדערט קלינגט דער "נעווער עגען" ווי א וויץ. דער חורבן ווי א ווארענונג האט כמעט ווי פארלוירן זיין ווערט; און ער ווערט גאר נאך אויסגעניצט פון אידישע שונאים. אנטיסעמיטן פון ביידע עקסטרעמען, רעכטן און לינקע ראדיקאלן, ניצן דעם האלאקאוסט ווי א באווייז ווי אידן האבן עקספּלואַטירט די וועלט. יעדער מיט זיין אגענדע ניצט דעם האלאקאוסט צו איבערווייזן ווי קארופּטירט דער איד איז.

די וועלט האט דעמאלט, בשעת מעשה וואס די גרוילטאטן וועגן וואס די נעווער-עגען אונטערנעמונגען דערציילן, געוואוסט אז די זאכן וועלכע זי באוויינט אזוי היינט געשעען. די פּראבלעם איז נישט געווען חסרון ידיעה, נאר חסרון בחירה; א שלעכטע וועלט וואס האט פיינט דעם איד פון אייביג אן האט דעם אידנ'ס חורבן נישט געקימערט.

זי האט געוואוסט אז די נאציס הרג'ענען אידן, און פריער, איידער די צרות פון דער צווייטער וועלט-מלחמה האבן זיך אנגעהויבן, האט די וועלט געוואוסט פון אלע אנדערע גזירות און שחיטות אויף אידן פריער אין דער היסטאריע. דאס וויסן האט די וועלט נישט אפּגעהאלטן, ווייל די סיבה פאר וואס אידן זענען גע'רודפ'ט געווארן איז קיינמאל נישט געווען דאס נישט וויסן.

א שלעכטע וועלט איז זי, די אין וועלכער מיר לעבן. שלעכט און קלוג. זי האט אונז פיינט און זוכט אונזער שלעכטס – אבער וויל נישט זיך דארפן מוטשען מיט שולד-געפילן. האט זי דערפאר יעדעס מאל אויסגעטראפן פרישע סיבות צו בארעכטיגן די נגישות. אינעם מיטלאלטער האט מיר אונז נישט געטויגט, ווייל מיר האבן דערמארדעט דעם קריסטליכן אפּגאט; זענען געקומען די מאדערנע צייטן, די תקופה פון עמאַנציפּאַציע, אין וועלכע דאגמעס פון דעם סארט זענען באטראכט געווארן ווי פארעלטערט און אפּגענוצט. די שנאה און חי'שע אינסטינקטן זענען אבער אינעם מענטש פארבליבן. האט די מענטשהייט גענומען די אייגענע שנאה מיט דער אייגענער סיבה, און זי געגעבן נייע, מאדערנע, פארגעשריטענע נעמען. די אידן זענען נישט ישו-מערדער, נאר "אונטערמענטשן" וואס זענען דעם "אויבערמענטש" שעדליך און דארפן דערפאר עלימינירט ווערן. באצילן זענען שעדליך און אידן זענען שעדליך; באצילן ווערן אויסגעראטן און אידן דארפן אויסגעראטן ווערן. רופט זי ביאלאגיע, רופט זי ראסן-טעאריע. וויסנשאפט איז וויסנשאפט...

און די דאזיגע קולטורעלע, "וויסנשאפטליכע" וועלט האט אונז געפּייניגט נאך מיט סך מער אייפער ווי איר צוריקגעשטאנענע פאָרגייער.

פיינט האט מען אונז נישט וועגן מיר האבן געקרייציגט יוזל'ן, נישט אנגענומען מוכאמאד אלץ אונזער נביא, פאר'סמ'ט די וואסערן, עקספּלואַטירט דעם פּויער, אדער באשווינדלט דעם פּריץ. מען האט אונז פיינט מיט'ן פּרה-אדומה טעם: גזירה היא מלפני. ס'איז אין דער טבע פון דער מענטשהייט אונז צו פיינט האבן. ס'איז אזוי געווען אייביג און וועט אייביג אזוי פארבלייבן – ביז'ן עולם התיקון.

די דייטשן, ווי מערב אייראפּע בכלל, זענען געווען זייער קולטורעל. אידן האבן זיך באוויזן צו פולשטענדיג אסימילירן אין דער געזעלשאפט, און נאך מיט א שמיטשיק אריבער – זיי האבן זיך איינגעגלידערט אין דער סאמע "פּני".

געהאלפן האט עס זיי אבער ווי א טויטן באַנקעס. געמיינט האבן אידן אז די פּראבלעם וואס די וועלט ארום זיי האט איז דאס האלטן זיך אפּגעזונדערט. מיט'ן זיך אינטיגרירן אין דעם ארום, האבן אידן געמיינט, וועט די שנאה קעגן זיי פארשווינדן. די פיינט אונזערע האבן אבער די סטראטעגיע "אויסגעשפּילט" און באשלאסן אז טאקע "דאס" גענוי איז די צרה מיט אונז: אידן נעמען איבער דאס לאנד און קארופּטירן די געזעלשאפט.

דער מיטל וואס מיר האבן אנגענומען צו באפרייען זיך פון אנטיסעמיטיזם, איז גאר גענוצט געווארן קעגן אונז.
דאס איז געווען דעמאלט. איז געקומען דער חורבן, און צעפּלאצט אלע זיסע חלומות. אידן האבן נאך שפּעטער עקספּערימענטירט מיט קאמוניזם, וואס האט צוגעזאגט פרייהייט און גלייכהייט פאר אלעמען. די טויזנטער און טויזנטער קרבנות וואס דער פּרואוו האט אפּגעקאסט האבן אונז אבער איבערצייגט אז דאס ארבעט אויך נישט.
אנטוישט אין אלע הבטחות און אידאלאגיעס, האבן כמעט אלע זיך געוואנדן צום ציוניזם. מיט'ן פארמאגן אן אייגן לאנד, איז די לאגיק געגאנגען, וועלן מיר פון אלע צרות פּטור ווערן. אידן וועלן וואוינען "ביי זיך אינדערהיים" און וועלן נישט מער געזען ווערן א פרעמדער עלעמענט ביי יענעם אין לאנד. איינצייטיג, מיר וועלן זיך אליין פארטיידיגן און נישט אנגעוויזן זיין אויפ'ן חסד פון די פעלקער.

מדינת ישראל, וואס איז אויפגעקומען אויף די חורבן פון אייראפּעאישן אידנטום, איז היינט איינס פון די מאכטפולסטע לענדער, מיט א מיליטער געשאצט אויף איינעם פון די פארגעשריטנסטע אויף דער וועלט. געהאלפן פּטור ווערן פונעם אור-אלטן שנאת ישראל האט זי זיכער נישט; פארוואנדלט געווארן אין א סיבה פאר אנטיסעמיטיזם, אבער, דאס יא.
און דאס איז נישט געווען קיין איזאלירטער פאל. דאס רודפ'ן, באיקאטירן, שלאגן און אפילו מארדן אידן צוליב דער אייגענער סיבה איז אן אפטע דערשיינונג, וואס ווערט ביסלעכווייז פארוואנדלט אין א נאָרמע, א פאקט פון לעבן.
גענוי ווי פריער מיט'ן נאציאנאליזם און קאמוניזם, ווערט אויך דער ציוניזם גאר געניצט אלס די סיבה אונז צו פיינט האבן און רודפ'ן, אנשטאט אונז העלפן ארויסקריכן פון דעם היסטארישן פּלאנטער.

"נעווער עגען" וועט ווארשיינליך ענדיגן ווי א רינגעלע אין דער קעגן-אנטיסעמיטיזם קייט. נאך אביסל, און דער אויסרוף-צייכן וועט פונעם "נעווער עגען!" עלימינירט ווערן. דאס שלאגווארט וועט מסתמא פארבלייבן אין דער מאדע, ביז קומען וועט דער "עגען" און ביים שרייער אוועקנעמען דעם מיקראפאן.

און אז דער "אין לנו על מי להשען" פּאטשט אין פּנים – לאמיר טאקע יא אפירנעמען דעם אייגענעם מיטל: אנא השם, נעווער עגען – – –

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה