7/08/2010

דרייצן אזייגער

חסיד'ישע ישיבות שטרענגען זיך אן איינצושטעלן א סדר הלימודים דווקא אויפ'ן ליטווישן שניט, און בני תורה פּראווען זיך ביי ראשי ישיבות. חסיד'ישע בעלי מנגנים זינגען מיט דער אמעריקאניזירטער הברה, און מאדערנע זינגערס פארשפּרייטן חסיד'ישע פּארענטשעס-ניגונים.

אויטאמאבילן זענען אויסגעשטאט מיט דירת-קבע באקוועמליכקייטן, און מנוחת הנפש געפינט מען נישט אינדערהיים. מיר הארעווען אפּ די יארן פאר א באקוועמען עלטער, וואס ווערט אפּגעלעבט מיט'ן פארהערליכן דעם יוגנט און גיין אין זיינע וועגן.

מיר עסן כשר-לפסח קיכלעך, פּארווע מילך, געבראטן פלייש געמאכט פון טונא, רויע פיש און געקאכטע פרוכט. מיר שטופּן זיך צו וואוינען אין ענגע שטאט-הייזער, אבער זוכן פון דארט צו אנטלויפן ביי יעדער געלעגנהייט.

דער ארעמאן און גביר לעבן אויפ'ן זעלבן סטאנדארט, אוועקגעשטעלט דורך א "יעדן" וואס שליסט איין קיינעם. שפע אויף עסן איז פאראן ווי קיינמאל פריער, אבער יעדער האט אן אומבאצאלטן באלאנץ אין גראסערי.

פּאליטיקאנטן זאגן דעות אין הלכה און רבנים פּסק'ען פּאליטישע שאלות. טיי אוונטס ווערן פאררופן פאר שטיצערס פון חסד-ארגאניזאציעס.

מיר יאגן זיך צו דער לבנה און שטערנס, און אויף דער וועלט שטארבן מענטשן פון הונגער. מעכטיגע מלוכות קניען דיפּלאמאטיש צו פּרימיטיווע שבטים, ביי וועמען דער כלל פון קריג איז כוח און דאס לעצטע ווארט ווערט באשטימט דורך דער שווערד.

אדוואקאטן מאכן א לעבן פארזיכערנדיג די פרייהייט פון מערדער און מענטשן-רעכט גרופּעס זענען אנגעוויזן אויף צדקה פון אנשטענדיגע בירגער. אין די תפיסות גיסט זיך געלט, צו באקוועם מאכן דאס לעבן פון ארעסטאנטן וואס געפינען זיך דארט צוליב ענג מאכן שטייערצאלערס אויף דער פריי.

תעניתים טעג ווערן אויסגעשפּילט מיט מעדיצינישער טעכנאלאגיע, אבער אין וואכן טעג פאלגן מיר שטרענג כל'ערליי הונגער-דיעטעס. מיר פארן א פינף-מינוט גאנג מיט'ן קאר, און שפּאנען ציללאז צו פארלירן וואג.

מיר גייען אנגעטאן אין אומבאקוועמער קליידונג כדי צו שפּארן זיך די אומבאקוועמליכקייט פון פרעמדע בליקן. מיר קויפן זאכן וואס מיר דארפן נישט צו געפעלן מענטשן וואס טוען דאס זעלבע צו געפעלן אונז.

מיר פּלאגן זיך צו לעבן באקוועם און ווערן קראנק פון עגמת נפש. מיר קויפן הייזער צו שטאלצירן כלפּי חוץ און אינעווייניג וואוינט מען אין חובות.

וועלדער ווערן פארניכטעט, צו בויען וואוין-ערטער פאר מענטשן, וואס פארפלאנצן ביימער צו פארהיטן די נאטור-סביבה. מיר לויפן זומער צו קעלט און ווינטער צו היץ.

מיר לעבן אין שפּאנונג – אין בענקעניש נאכ'ן נעכטן און אנגסט וועגן מארגן.

דאס קהילה-לעבן ווערט וואס מער ארגאניזירט און סאפיסטיקירט, אבער אלץ מער מענטשן דרייען זיך ארום עלנד און איינזאם. מחנכים שרייען געוואלד אויפ'ן מצב פון אויפקומענדן דור, אבער די ישיבות זענען געווידמעט פאר בלויז מצויינים.

שגעון-אנשטאלטן זענען געמאכט פאר אויסגערעכנטע מערדערס; פּסיכאלאגן זוכן נישט-עקזיסטירנדע פּראבלעמען ביי מענטשן וועמען עס פעלט אויף דער וועלט גארנישט. די איינציג-פארבליבענע נארמאלע מענטשן זענען די, וואס טראכטן נישט מיט'ן אייגענעם שכל.

שמחת החיים ווערט געמאסטן לויט דער מאס קנאה פון אנדערע, און דער אינטערעס אין יעדער זאך ווערט באשטימט לויט דער מאס ווי שטארק אנדערע זוכן איר.

*

די זון גייט נאך אויף אין מזרח און אונטער אין מערב. אבער אזא איז ער, א הנאה'לאזער דור המבול; א צעשפּליטערטער דור הפלגה.

תגובה 1:

  1. אנונימי13/7/10

    ען עקסעלענט פיס אף ווארק!!!

    השבמחק