7/15/2010

פארלוירן אויף וואל סטריט

איך ווייס נישט וואו איר שטייט אין דעם הינזיכט; איך אבער בין א פולשטענדיגער עם הארץ אין דער סוגיא פון "סטאק מארקעט". איך האב נישט די מינדסטע אנונג וואס דארט קומט פאָר, וויאזוי זאכן שפּילן זיך דארט אויס, ווער דרייט זיך דארט, וואספארא בגדים די מענטשן טראגן. דעם אמת געזאגט, ווייס איך ניטאמאל וואספארא מין בריאה דער סטאק מארקעט איז: וויאזוי זעט ער אויס? איז ער א כעסן? איבערוואגיג?
וויל איך דאך אבער נישט געבן דעם איינדרוק פון עמיצן וואס ווייסט נישט וואו מען האלט אויף דער וועלט, און דער סטאק מארקעט – אפּגעזען וואס דאס איז – עקזיסטירט דאך, און א פיפיגער סוחר איז ער אויך דערצו, והא ראי', ס'געלונגט אים יעדן צווייטן טאג ארויפצוקלעטערן ביז'ן סאמע אויבנאן פון די צייטונג-קעפּלעך. קען איך דאך נישט זיין קיין בטלן און מוז ווייזן אז איך ווייס עפּעס.
יעצט אזוי. ווען מען רעדט פון געווענליכע, וואכנדיגע זאכן און איך דערזע זיך פּלוצלונג אין דער פינסטער, גיב איך א צי דעם שכן ביים ארבל און פרעג אים, "וואס מיינט דאס?" לא כן אבער ווען עס האנדלט זיך פונעם סטאק מארקעט. דאס איז עפּעס אזא מין חשוב געשעפט, אז דאס נישט וויסן שמעקט מיט בזיונות. גאנץ אין אנהייב, ווען איך האב זיך צום ערשטן מאל געפונען שטיין ביי א שמועס וואס האט זיך געדרייט ארום דעם סטאק מארקעט, האב איך טאקע יא געהאט חשק צו פרעגן איינעם דארט במה דברים אמורים. זעענדיג אבער מיט וואספארא באהאוונטקייט דער רעדנער רעדט און דער זיכערהייט מיט וועלכער די צוהערערס הערן, האב איך געדרונגען אז סטאק מארקעט מוז זיין א היימישער וואס דרייט זיך ביי אונז אין בית המדרש, און כ'וועל מיט דער צייט כאפּן פון וועמען מען רעדט דא. קלאר: איך קען אים אויפ'ן פּנים; איינמאל כ'וועל אים זען, וועט דאס בילד דערגענצט ווערן.
אזוי זענען דורכגעלאפן טעג און וואכן, און דער ארויסגעקוקטער מאמענט איז נישט אנגעקומען. ויהי ערב ויהי בוקר, צוריק אין פּאליש מיט'ן גלעזל קאווע אין דער האנט, און ווייטער איז דער מדובר וועגן סטאק מארקעט, און נאך אלץ שטיי איך פארלוירן ווי א קינד אינמיטן א מעמד רבתי עם.
וואס טוט מען דא?
זיך אננעמען מוט און איינמאל פאר אלעמאל פרעגן ווער דאס איז איז ביים יעצטיגן פּונקט געווען פולשטענדיג אויסגעשלאסן. ס'טייטש, די מענטשן זעען דאך מיך שוין וואכן שטיין ביים שמועס, צושאקלען, שאקירט ווערן ביים הערן אז "דער מארקעט איז געפאלן מיט זיבן-הונדערט פּונקטן"(!!!) – און דא האלט איך ביי קמץ-אלף-אָ.
איך האב לעצטנס באשלאסן צו פּרואווען א נייעם טאקטיק, אליין צו ברעכן די נייעס פאר'ן עולם. לאז מיך זיין דער וואס קומט האסטיג אריין אין בית המדרש און שיסט היסטעריש ארויס: "דער סטאק מארקעט האט שוין ווייטער געטראסקעט – מיט פיר-הונדערט פּונקטן!"
דער עולם הערט און גאפט און בלייבט שאקירט: וואס וועט דא זיין? נישט צום גלייבן וואס דא טוט זיך...
די סטראטעגיע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א גרויסער סוקסעס. נישט אז איך בין מיט א משהו קלוגער געווארן – איך ווייס נאך אלץ נישט ווער איז געפאלן, פון וואו יענער איז געפאלן, וואו ער האט געלאנדעט, און בכלל, וואס איז דאס א "פּונקט"; ווי גרויס באטרעפט ער, דער פּונקט: אן אינטש? א מייל? איז ער רונדיג און קוילערט זיך איינמאל פרייגעלאזט, אדער עקיג און טראסקעט נאך דעם וואס עמיצער ווארפט אים? און פארוואס עפּעס זאל ער געווארפן ווערן? וואס איז דען אזוי שלעכט געווען מיט אים זיצנדיג רואיג פון אויבן?
אייך מעג איך דאך דערציילן דעם אמת, אז ביי דער ערשטער אזא פּראבע האב איך געציטערט אז עמיצן וועט איינפאלן מיך צו פרעגן מער פּרטים, אדער, נאך ערגער, אז דער ציפער פון פיר-הונדערט פּונקטן מיינט גארנישט אזוי עק וועלט און מיין צעשטורעמטער טאן וועט האבן שרעקליך-ווייניג פּשט. די שרעק איז אבער געווען אומזיסט, ג-ט צו דאנקען. קיינער האט מיך נישט אנגעקוקט מאדנע און קיין פראגעס איבער מער פּרטים זענען נישט געקומען.
זינט יענעם טאג האב איך זיך איינגעפירט א מנהג צו זיין דער ערשטער צו ברענגען די נייעס איבער'ן סטאק מארקעט: ער איז געשפּרונגען, געפאלן, שטייט אויף איין פּלאץ, גייט פאלן, וויל קלעטערן, האט נאכנישט באשלאסן צי ער וויל בכלל זיך רירן פון פּלאץ – בקיצור, כ'האלט אויף דעם דאזיגן בר נש א וואכזאם אויג, און ווי נאר ער טראכט פון זיך א ריר געבן למעלה ולמטה, בין איך באלד דארט און פאלג זארגפעליג נאך יעדע תנועה זיינעם!...
און עולם? הא! אלע זענען העכסט צופרידן מיט מיינע באריכטן. איך האב זיך איינגעהאנדלט מיין מקום קבוע אין פּאליש פון וואו איך אנאנסיר די לעצטע נייעס. אדרבא, זייט זיך מטריח און קומט כאפּן א בליק ביי קרן דרומית מערבית. איר זעט דאס געזעמל? דאס זענען מיינע חברה! און יענער באזארגטער יונגערמאן מיט דער שווארצער קאווע אין דער האנט? דאס בין איך. איר זענט א מבין אויף דעם רעספּעקט מיט וואס עולם הערט מיך אויס? (דער דארער יונגערמאן מיט די קנאה-בליקן פלעגט פריער זיין דער נייעס-ברענגער. איך בין אים פּשוט איבערגעשטיגן.)
למעשה, איר ווייסט דאך יא דעם בראך אז מיין גאנצע חכמה באשטייט אין איבערזאגן וואס די צייטונגען שרייבן. איך אליין, דאס הייסט, איך אינאיינעם מיט דעם צעקנייטשטן שטערן, שווארצער קאווע, האסטיגע קולות, האב נעבעך נישט די מינדסטע ידיעה וואס רש"י זאגט דערויף. בעט איך איך אייך ברחמים: אויב איר, אדער א באקאנטער אייערער, קענט דעם טעלעפאן נומער פונעם סטאק מארקעט, (ער האט א סעלפאָון?) פון וואו זיינע עלטערן שטאמען פונדערהיים – סיי וואספארא פּרטים איבער אים, ביטע לאזט מיך וויסן. העלפט מיך באפרייען זיך פון די שרעקליכע יסורי נפש. איך בין, נאך אלעמען, א אידיש קינד. פארשטייט איר, איך האב זיך געזוכט כבוד און אריינגעקראכן אין דעם פּלאנטער. קיין וועג אויף צוריק איז שוין נישטא. העלפט מיר אין מיין צרה, וביום שמחתכם ובמועדיכם אשוב לכם כגמולכם הטוב.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה