7/18/2010

קאנסערוואטיווע צדק קאנצעפּטן

פּרשת רובאַשקין, ווי יעדער ווייסט, האט זיך אנגעהויבן מיט א באשולדיגונג אז די ארבעטערס אין אַגרי פּראַסעסאָרס ווערן שלעכט באהאנדלט. דאס איז געווען די אנגעגעבענע סיבה פאר'ן איבערפאל, וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אויף דעם פּלאץ דורכגעפירט.
די קאנסערוואטיווע באוועגונג (א רעליגיע מיט עלעמענטן פון אידישקייט און להבדיל קריסטנטום), האט דערויף פּראקלאמירט א נייעם באגריף, "הכשר צדק"; אחוץ דעם געווענליכן הכשר, וואס קומט זיכער מאכן אז דאס עסן איז אויסגעהאלטן, וועט דער נייער באשטעטיגן אז די אנגעשטעלטע אין דער פירמע ווערן מענטשליך באהאנדלט.
די קערפּערשאפט איז מיט'ן אויפטו שטארק צופרידן געווען, וואו עס זאגן עדות א צאל ארטיקלען וואס האבן נאכגעפאלגט אין דער פּרעסע. באזונדערס צערייצט האט זיך דערויף געווארפן דער "דזשואיש ווהיק", א מאדערן-ארטאדאקסישער זשורנאל מיט א גוט-אנטוויקלטן מינדערווערטיגקייטס-קאמפּלעקס – וועלכער ארבעט איבערשטונדן להוציא מלבן של הפּראגרעסיווע באוועגונגען אז ער איז פאנאטיש ווי די "אנדערע" ארטאדאקסן.
למעשה האט דאס געריכט ר' שלום מרדכי'ן פרייגעשפּראכן פון די קלאגעס. דער דזשורי האט גערעכט געגעבן דער פארטיידיגונג, וואס האט איבערגעוויזן אז ר' שלום מרדכי האט די ארבעטערס זיינע באהאנדלט מענטשליך און יושר'דיג.
איז, וואס טוט זיך מיט'ן "הכשר צדק" – מיט רובאשקינ'ס בלוט און פלייש, וואס איז גענוצט געווארן אלס אבן הפּינה פאר דעם חידוש? דער נעמליכער "דזשואיש ווהיק" האט מיט עטליכע וואכן צוריק אפּגעדרוקט א פרישן ארטיקל, געשריבן דורכ'ן הכשר-צדק צאַר, וואס האט אויסגעלייגט די פּראגרעס פון דער פּראגראם.
דאס איז געווען שוין נאך דעם וואס די קלאגעס אויף וואס דער אויפטו איז געבויט געווארן זענען דורכ'ן געריכט ארויסגעווארפן געווארן.
ווען די קאנסערוואטיווען האבן וועגן דעם לכתחילה געמאלדן, האב איך געפּרואווט מלמד-זכות זיין אז יענע מיינען באמת אויפצוטאן. די רעגירונג און יוניאָנס האבן דאך געשריגן חי וקיים אז די אגרי-פּראסעסארס ארבעטערס זענען באהאנדלט געווארן ערגער ווי די בהמות ארום זיך; איז א שעת הכושר צו זען דערצו, אז אזוינס זאל מער נישט קענען פּאסירן.
האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די באשולדיגונגען זענען געווען קראנט אויף א מאס ענליך ווי קאנסערוואטיווע אידישקייט, יהדות. וואו איז דאס מחילה-בעטן? דאס טרעטן אויפ'ן איסור אונאה איז נישט אזא פּראבלעם, ווייל דער דאזיגער לאוו קען גרינג אפּגעשיקט געווארן אויפ'ן אייגענעם אויסגעטראטענעם וועג וואו ס'רוב אנדערע מצוות. וואס טוט זיך אבער מיט מענטשליכקייט? וואו איז דער צדק? וואס איז מיט יושר, צו גוט מאכן די שרעקליכע עוולה וואס איז קעגן דעם גוטן מענטש באגאנגען געווארן?
אין דער קאנסערוואטיווער באוועגונג זענען דאָגמעס כמעט ווי נישט בנמצא. פאראן איין כלל וואס שטייט העכער און דינט אלץ דיקטאט פאר אלע אנדערע, והוא, אז ס'זענען נישט פאראן קיין כללים אין אסור-מותר. דער איינציגער אבסעלוט איז דאס, אז אלץ בייט זיך כסדר – א כלל וואס ווערט דארט אויסגעפאלגט מיט מער הידור ווי א יהרוג-ועל-יעבור ביי ערליכע אידן.
אידישקייט איז דאס זיכער נישט; רעליגיע, וואלט מיין נארישער שכל געזאגט, איז דאס אויך נישט. וואספארא מין טעאלאגיע איז דאס, אפּצושטויסן ג-ט'ס געבאט לטובת מענטשליכע אימפּולסן? די גרעניץ פון פארבאטן איז אזוי גרויס ווי דעם חשק דעם חק אויסצופאלגן.
האב איך זיך געוואלט איינרעדן, אז אידישקייט טאקע נישט; דערפאר ווערט דער טראפּ אין דעם דאזיגן לאגער געשטעלט אויף מענטשליכקייט. זיי זענען דאך פארט, להלכה ולמעשה, אסימילירט אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט.
אויב אבער מענטשליכקייט איז דארט גאר אויף א נידעריגער מדריגה ווי ערגעץ אנדערשוואו, וואזשע בלייבט נאך איבער?ר' שלום מרדכי איז דורך דער דאזיגער קאלעקטיוו בא'עוולה'ט געווארן אויף א גרעסערן פארנעם ווי די אגרי-פּראסעסארס אין די אנגעבליכע קלאגעס. אויב יענע האבן געטריבן צו א "הכשר צדק", וואס בלייבט יעצט פאר ר' שלום מרדכי'ן אליין?
איך האב אמאל געזען א היינטיגן גדול פארענטפערן דעם דאפּלטן לשון אין דער תורה פון "צדק צדק תרדוף" אז דאס קומט צו כולל זיין ביידערליי סארט משפּט וואס אידן בזמן הבית האבן געהאט: סנהדרין און מלוכה. דער קעניג האט געהאט ברייטערע רעכטן, אזוי צו זאגן, צו פאר'משפּט'ן א באשולדיגטן ווי ס'האט געהאט דער סנהדרין.
זענען געקומען די קאנסערוואטיווען און אראפּגעברענגט אויף דער וועלט גאר א משונה'דיגע באשעפעניש: א צדק וואס איז באשאפן געווארן מיט'ן אויסשליסליכן צוועק פון מיסברויכן די ערשטע צוויי.
אזא יאר אויף מיינע שונאים. מיט אזא "צדק" קען יושר זיך זעצן שבעה. 

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה