7/20/2010

דער אייביגער ציקל

מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש (קהלת א, פסוק ט)


די וועלט, די בריאה, קאכט און זידט. דאס גאנצע באשאף שטייט א רגע נישט אויף איין פּלאץ.  אלעס באוועגט זיך, מארשירט פאראויס, רירט זיך פון פּלאץ צו פּלאץ און פון מינוט צום פאלגנדן מאמענט. דער אוניווערס באשטייט פון ביליאנען שטערן-גרופּעס און יעדע פון זיי פארמאגט ביליאנען שטערנס און אנדערע הימלישע קערפּערס – אפּגעטיילט איינע פון דער אנדערער מיט אומבאגרייפליכע ווייטקייטן. די שטערן-גרופּעס פליען ארום אין ראם פון א געצוימטן שטח; די אינדיווידועלע שטערנס, ווייטער, באוועגן זיך כסדר ארום אין די גרעניצן פון זייער מוטער-גרופּע.

ערגעץ-וואו ביי א פארווארפענעם עק פון איינער אזא שטערן-גרופּע געפינט זיך א צאל קייקלעך, פון שטיין, אייז, און גאז מאסעס, וואס וואנדערן ענדלאז ארום איינעם אזא איינזאמען שטערן און דרייען זיך אין זייערס אן אייגענעם ציקל – ארום, ארום און ארום. איין אזא מאסע איז באזעצט און באווירקט מיט באשעפענישן און געשעענישן – און אין סאמע מיט'ן פון דעם אלעם שטייט דער מין מענטש און קוקט, טראכט, טוט און מאכט.

דער מענטש אליין איז צוזאמגעשטעלט פון טריליאנען צעלן – לאמיר זיי אנרופן די אינדיווידועלע טיילן אין א "לעגאָו"-פיגור. די אומזעבארע, פּיצינקע טיילן ווירבלען מיט טעטיגקייט אויף א פארנעם און פונעם סארט ווי אין די שטערנס דארט ווייט ביז-גאר. יעדער אזא צעל איז אן אקטיווער אטאמישער רעאקטאר אין וועלכן עס שפּילן זיך יעדע רגע אויס דראמאטישע נוקלעארע אויפרייסן. אינעם שטערן דארט ווייט און אינעם מינדסטן טייל פון מין מענטש, ס'איז דער זעלבער פּראצעס מיט'ן זעלבן אויסגאנג.

די צעלן צייכענען אבער נישט אפּ דעם סוף דבר. א צעל איז נישט קיין ענדגילטיגע זאך פאר זיך, נאר איז ווייטער צוזאמגעשטעלט פון גאר קלענערע טיילן, וועלכע זענען ווייטער צוזאמגעשטעלט פון טריליאנען נאך קלענערע טיילן, אַטאָמען. יעדער אטאם וויברירט און טאנצט – ער שטייט נישט ליידיג פאר איין סעקונדע. אן אטאם איז אבער אויך נישט קיין דבר השלום פאר זיך און איז צוזאמגעשטעלט פון ווייטער נאך קלענערע טיילן. און דער פּראצעס פון שטענדיגער תנועה גייט דארט אויך אָן – די סוב-אטאמישע חלקים דרייען און באוועגן זיך.

פון דא איז שוין גרינג אליין אויסצופירן אז די געשיכטע שטעלט זיך נישט דא אפּ, און וואס ווייטער גענישטערט, אלץ מער אזעלכע סוב-סוב טיילעכלעך ווערן אנטדעקט – און אלץ מער קומען מיר צו דער הכרה אז אלעס בלייבט ביים אלטן: גארנישט עקזיסטירט אומאפּהענגיג און ענדגילטיג; אלעס שאקלט און רודערט, אבער בלייבט שטעקן אין א באשטימטן שטח, באגרעניצט צו באשטימטע מעגליכקייטן.

*

פארצייטנס, מיט טויזנטער יארן צוריק, זענען געווען מענטשן וועמען די נייגער צו פארשטיין די וועלט ארום זיך האט געטריבן צו פּרואווען איינשטעלן א סדר אין דער בריאה: פארשטיין דעם הסבר פארוואס און וויאזוי די באשאף פירט זיך. זיי האבן געזוכט דעם וואס און גלייכצייטיג פּרובירט פארשטיין דעם פארוואס.

יענע פילאסאפן האבן נישט פארמאגט קיין לאבאראטאריעס אין וועלכע צו עקספּערימענטירן דעם אויספיר פון זייערע השערות; און אפילו נאך דער אנטדעקונג פון מאטעמאטיק, אן אויסגעצייכנטער כלי פאר דערקלערן און דעפינירן, זענען זייערע מעגליכקייטן דורכצופירן חשבונות געווען באגרעניצט צום עמקות פון זייער שכל און צייט-אפּשניט פון לעבן. דאך האבן יענע חכמים דורך שכל און הרגש באוויזן צו באנעמען און פארשטיין פארשידענע יסודות פון דער נאטור.

יענע פילאסאפיע האט זיך אנטוויקלט אין דער היינטיגער וויסנשאפט. די דאזיגע סייענטיפישע וועלט ווייסט נישט פון קיין אבסטראקטע באגריפן; יעדע זאך ווערט אויסגעפּרואווט דורך עקספּערימענטן און דעפינירט מיט מאטעמאטישע חשבונות, וועמענס מעגליכקייטן זענען אדאנק דעם קאמפּיוטער אומפארגלייכליך ברייטער.

די וויסנשאפט האט דורכאויס די לעצטע פּאר יארהונדערטער אפּגעשלאגן פריער-אנגענומענע מסקנות פון דער אור-אלטער פילאסאפיע און געגעבן גאר אנדערע דערקלערונגען צו די זעלבע דערשיינונגען. אבער מערקווירדיג: וואס ווייטער די וויסנשאפט פּראגרעסירט, אלץ נאענטער טרעפט זי זיך קומען צו דער אמאליגער פילאסאפיע – די זעלבע דיבורים, די זעלבע חידושים. די לאבאראטאריע און קאמפּיוטער ברענגט אויף די זעלבע קשיות ווי דעם אמאליגן הרגש און שכל.

וואס ווייטער ארויס און טיפער אריין מ'קוקט, אלץ מער בולט ווערט אז די בריאה לויפט מיט א באשטימטן סדר און יעדע זאך האט א סיבה. דער איינהייטליכער סדר האלט אן ביז ממש ביים שפּיץ, ביים סוף ביז וואו די וויסנשאפט האט באוויזן אנצוקומען – ביז דארט. ביים תוך פונעם יסוד פאר יעדער בריאה אויף דער וועלט, דעם אטאם, טרעפט מען זיך מיט א נייעם מציאות, א סיסטעם דאמינירט דורך גאר אנדערע געזעצן ווי די צו וועלכע מיר זענען געוואוינט. די דאזיגע אנטדעקונג האט ביי דער וויסנשאפט צעשאקלט דעם גלייכגעוויכט, ווייל די הכרה אז די וועלט ביים יסוד פירט זיך מיט אנדערע, משונה'דיגע געזעצן ווי ביים שטאפּל ביי וועלכן מיר דערפארן זי איז די זעלבע ווי זאגן אז מארגן, וואס איז געקומען פריער פון היינט, האבן מיר געגעסן מוזיק און געשמועסט מיט קאלירן. וויבאלד יעדע זאך אויף דער וועלט, פון מוראשקע ביז מענטש, פון שטערן ביז שטויב, איז צוזאמגעשטעלט פון אטאמען איז דאך פשט אז מיר און אלעס וואס מיר זעען און דערפארן פונקציאנירט אויף אן אופן וואס אונזער שכל און ידיעה דערלאזט נישט בשום אופן.

אזוי אומדערווארטעט ווי דער דאזיגער סתירה-חידוש זאל אבער נאר נישט קלינגען, האבן ווייטערדיגע אבסערווארציעס אינעם אטאמישן וועלטל דערוויזן אז דער שרעקליכער כאאס וואס הערשט דארט פירט זיך דווקא יא מיט א סדר און פאלגט נאך באשטימטע געזעצן – נאר אזויפיל אז זיי זענען פּונקט פארקערטע ווי די פון דער גרויסער וועלט "אינדרויסן", די וואס מיר זעען מיט די אויגן און דערפארן מיט די חושים. איז פּשט אז די זעלבע וועלט, די זעלבע בריאה און די זעלבע באשעפענישן פירן זיך אין דער זעלבער צייט אויף קעגנגעזעצטע אופנים – צוויי באשטימטע זאצן פון קעגנגעזעצטע, אומאיינהייטליכע כללים.

נו, וואס איז פּשט? די וויסנשאפטליכע וועלט פּלאגט זיך מיט דעם פענאמען און ער בלייבט דערווייל א רעטעניש. די פילאסאפיע מיט 2500 יאר צוריק האט געגריבעלט אין דעם זעלבן עסק, נאר אָן אנקומען צו דעם פּונקט דורך זיך אנשטויסן מיט דער סתירה פריער. זי האט געפּרואווט פארשטיין די לאגיק אונטער דער נאטור, וואס זי איז און פארוואס זי איז אזוי. און געפרעגט האבן יענע פילאסאפן די אייגענע קשיות ווי די סייענטיסטן היינט. און געגעבן האבן די דאזיגע חכמים ענליכע ענטפערס צו די ווי די וויסנשאפט וויל היינט זאגן, אפילו אויב נאר בתורת אפשר. יענע געלערנטע האבן גערעדט פון כוח התנועה; די היינטיגע רעדן פון א כסדר-באוועגנדע ענערגיע. ביידע מיינען זיי אז די איינציגע אבסעלוטע עקזיסטענץ ווי א בריאה איז אן "עפּעס" וואס פארנעמט נישט קיין באשטימטן פּלאץ אין א באשטימטער צייט, נאר פארמאגט עפּעס א מין פּאטענציעל צו קומען צום אויסדרוק ביים מענטש אין מוח אין פארשידענע פארמען.

די איינציגע זאך וואס איז געבליבן קלאר, הייסט עס, איז די עקזיסטענץ פון ענערגיע/תנועה. אלעס פון דארט און ווייטער איז עפּעס וואס איז אוממעגליך צו באגרייפן, שוין אפּגערעדט פארשטיין.

ווען נישט דעם 2300-יעריגן מרחק צווישן אַריסטאָו און איינשטיין, וואלטן די צוויי, ווי עס שיינט, זיך זייער גוט פארשטאנען.

*

ס'איז דער בריאה און אלעס וואס אין איר דורכ'ן בורא געגעבן געווארן א געוויסע באשטימטע מאס פריי ארט וואו צו באוועגן זיך. אין די גרעניצן פון דעם אפּגעצוימט פּלאץ האט דער אויבערשטער, כביכול, געמאכט פּלאץ פאר א צמצום, וואס דערמעגליכט א צושטאנד פון פארשידנערליי דערשיינונגען און דערפארונגען. נאך אלעמען, אבער, איז אלעס איינס און די זעלבע – באוועגונג און ענערגיע. אלעס וואס ווערט געזען און געשפּירט איז אן אילוזיע וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביים אינדיווידועלן מענטש.

"וואס איז געשען, דאס וועט ווידער געשען; וואס איז געטאן ווערן, דאס וועט ווידער געטאן ווערן; און ס'איז נישטא קיין נייעס אונטער דער זון." דאס, דער פארפרוירענער נישט-חידוש, איז די איינציגע אבסאלוטע ווירקליכקייט – פאר דער בריאה, דער וועלט, און דעם מענטש.

מיר ווערן געבוירן מיט בלינדן צוטרוי צו עלטערע און פארשטייען אז אליין ווייסן און קענען מיר גארנישט – און קומען עווענטועל צו דער זעלבער החלטה ביים בין-השמשות פון לעבן.

די מענטשהייט פּראגרעסירט נאכאנאנד, אבער פּונקט אזוי פאריאגט, פארזארגט, פארקלעמט און פארצווייפלט. ס'איז די זעלבע קנאה-שנאה, די זעלבע מלחמות און פאר די זעלבע סיבות, הגם מיר האבן זיי צוגעטראכט נייע נעמען.

וואס איז די פּעולה פון קענען גרינגער אנקומען צום אנדערן עק וועלט, אויב לכבוד דעם זענען די התחייבות'ער און דערווארטונגען געשטיגן מיט דער זעלבער פּראפּארציע און מיר זענען אונטערוועגנס פּונקט אזוי לאנג און אפט ווי אמאל אויפ'ן פערד און שליטן?

וואס איז דערגרייכט געווארן מיט אימעיל און טעקס-מעסעדזשינג, אויב רעדן מיר ווייטער האלבע ווערטער און קומען כסדר אויף מיט ר"ת און קונצן פאר פארקירצונג? איז עס טאקע א נפקא מינא צי די סיבה שטעקט אינעם פּרייז פון א טעלעגראם אדער דער ענגשאפט פון ברייטן ברירה-אויסוואל?

איז דען באמת א גרויסע נפקא מינה צי א פערטל פון דער וועלט'ס באפעלקערונג שטארבט אויס פון א "שווארצער מגיפה" אדער א נוקלעארער אטאקע; צי די "סכנת דרכים" קומט פון א וואלד-רויבער אדער א ווילדן דרייווער; צי ס'איז נישטא קיין מנוחה אדאנק דעם פריץ אדער דער באנק; צי קנאה-שנאה נעמט זיך פון פּלאג אדער שוואוילטאג; צי די קלאסן-אונטערשייד איז אין שטעטל אדער צווישן לענדער; צי די נייגער פירט איבער'ן אקיינוס, אין דער לופטן, צו דער לבנה אדער מאדים, אויב זי ווערט במילא נישט געשטילט; צי א פּאגראם ווערט אויסגעפירט פון צעיושעטע פּויערן אדער זעלבסמערדער; צי קינדער ווערן דורכ'ן צאר פארכאפּט אדער דורך דעם הפקרות פון איפּכא-מסתברא'דיגע געזעצן; צי פאלשע ידיעות נעמען זיך פון פּרימיטיווער קאמוניקאציע אדער פלייץ פון אינפארמאציע; צי אנגסט און עלנט דריקט פון דרויסן אדער ביי יעדן מענטש אין הארצן?

ס'איז אלץ איינס, אייביג און די זעלבע – וואס און ווי געווען, אזוי גענוי וועט עס בלייבן און גארנישט ניי וועט שפּעטער אונטערקומען. מיר לעבן אין אן אילוזיע פון פארמען און מעגליכקייטן וואס באשטייט סך הכל פון באוועגנדע ענערגיע – דאס אלעס.

תגובה 1:

  1. אנונימי3/8/10

    די לעצטערע זאצן צו פארגלייכען דעם עבר און דער הווה זאגען זייער אסאך.

    א דאנק אייך מיין ליבער לעהרער

    השבמחק