7/27/2010

פּשוט פּערספּעקטיוו

זי גליט מיט געלבליך-שפּיזיגע שטראלן; דורך קאלט-פּוסטן חלל קוקט בייז א רויט-פארפלאמט פּנים.
צארן ציט זיך פון אין-סופ'יגן בלוי, פארפלעקט אין סאמע צענטער מיט א קרענקליך געשטאלט פון בייזער ברען.
שעמעוודיג שניי דערשמעקט געפאר און שטעלט אָן בעטנדיגע בליקן; לאנגע רייזע צווישן שטרענגע שטערנס, אויסגעווארפן איבער ענדלאז וויסטעניש, צאפּן אויס אפשר-שיריים פון נאטור רחמנות.
און ווייסע מאסע גייט אויס אין אייגן געוויין...
אויך דער ווינט וואס האט אים מיט צוואנג אנגעטראגן, ריקט מיט פאראכטונג זיך אפּ; קוקט צופרידן ווי הימליש וואונדער ווערט פארוואנדלט אין ערדיש אפּפאל.
שווארצע ערד ווערט אפּגעדעקט; קוקט פינסטער אין די פינקען פון פלאקער. מיט גרימאסע פון גוסס גיט זי א זייטיג שאקל; שווערע באוועגונג פון פוילער בריאה אין הסכמה צו צעשטערונג.
*
זי גלעט ווארעם; גאלד-איבערגעגעבן צערטלט זי זארגפעליג א שוואכע, אפּגעצערטע וועלט.
מיט דער קראפט פון ליבשאפט לייכט זי דורך אומענדליך, אנגעשטרענגטן חושך.
א גוטהארציגע פאנגט זי די הערצער פון פינסטער, פארוואנדלט אים אין א טרוים פון טיף-בלוי.
שטעכיגע שניי ברעקעלעך, ברייט פּלאצירט אויף פרעמדער ערד, בליאסקן צוריק אין צארן.
אומגעצייטיגט רעגן, פארבלאנזשעט פון בייזער קעלט, צו אייביגער ארדענונג.
קוקט א זיכערע זון, אויף חוצפּה פון צייטווייליגער יצירה; גליט מיט גוטסקייט און פארווארפט די דעקע אויף מוטער ערד צו צושטאנד פון אפס.
איידעלע ערד, טונקל מיט נאכט צויבער, שווייגט אין בלית ברירה'דיגער פארשטענדעניש.
אוועק די צרה, פון צייטווייליגן צודעק, אויף אבסעלוטן אמת –
פון וואו אלץ קומט, און וועט זיך לבסוף אומקערן...
*
דאס זענען צוויי שילדערונגען פון דער זעלבער געשעעניש. ביידע רעדן זיי פון דעם שניי וואס גייט איין אונטער די שטראלן פון דער זון. דער זעלבער פּראצעס, די זעלבע אקטן, און דער זעלבער אויסגאנג – אבער פון צוויי פארקערטע קוקווינקלען.
אין ערשטן, איז די זון א בייזער שונא, א פרעמדער, אן איינוואוינער אין ווייטער, אומהיימליכער טעריטאריע וואס אינוואדירט אונזער שטח און מאכט א תל פון דעם שיינעם שניי.
אין דעם צווייטן פאל איז דער שניי א נודנער, אומגעבעטענער גאסט וואס נערווירט די מענטשהייט און פארדעקט די טרייע מוטער ערד. די זון איז א ליבליכער אורח, א שיינענדער שכן וואס וואוינט דא נישט ווייט אין דעם באשאף און צעטרייבט די משונה'דיגע באשעפעניש – זעקס-עקיגע האלב-אייז ברעקלעך וואס זענען דורך א קאלטן טעמפּעראטור גשמי ברכה פארוואנדלט געווארן אין אפגעפרוירענע שטיקלעך.
גארנישט טוישט זיך אין דער צווייטער שילדערונג. די מציאות איז ביי ביידן דאס זעלבע. דער איינציגער אינטערשיד ליגט אין דעם פּערספּעקטיוו פונעם צושויער.
און גענוי אזוי איז עס מיט די דערפארונגען אין לעבן בכלל: כמעט יעדע געשעעניש קען פארטייטשט ווערן אויף מער ווי איין אופן. ס'ווענדט זיך בלויז אין דעם בליק פון דעם צוקוקער.


תגובה 1:

  1. דער אינטערשיד איז צו מען איז אין שטוב אדער אין גאס...

    השבמחק