11/11/2010

מוזעאום ישיבות

א ישיבה, האט מען מיך געלערנט, איז אן אינסטיטוציע אין וועלכער בחורים ווערן מחונך. היינט האבן מיר א סורפלוס פון ישיבות "למצויינים", געווידמעט בחורים פאר וועמען די מגידי שיעור דארפן נישט אריינלייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער. דארט ווערן אנגענומען בלויז די בעסטע סחורה -- וואס גראדואירן מיט די העכסטע אויסצייכנונגען אויף פוסטער גאווה און ביטול כלפי אלעם און יעדן. 

מיט דער הנחה קען מען שפעקולירן אז די דאזיגע מוזעאום ישיבות -- וואו דער תפקיד פון די תלמידים איז צו גלאנצן אין שוי פענסטער -- זענען בעצם שוואכער ווי געווענליכע ישיבות. דער וואן-סייז-פיט-אל מיטל פאר א בחור וואס דארף הילף איז א "לא נתקבל" צום קומענדיגן זמן, אדער א "נישט קיין פלאץ" פאר פרישע קאנדידאטן. די מגידי שיעור האבן מיט חינוך קיין שייכות און די וויכטיגסטע קוואליטעט פון אזא איינעם איז, יענער זאל האבן א נאמען פון וועלכן די גאס האט שוין פריער געהערט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה