11/20/2010

סוד פון עקספאנסיע

דער אוניווערס איז רונדיג און בלאזט זיך כסדר אלץ מער. וואס גרעסער ער ווערט, אלץ ניכר'דיגער ווערט ער, און אלץ נייע אספעקטן פון אים באווייזן זיך.

די ערשטע פילאסאפן זענען נאענטער געווען צום צענטער. דערפאר האבן זיי אבסערווירט די בריאה מיט א מער כללית'דיגן בליק, און אלץ תוצאה אלעס אנאליזירט מער יסודות'דיג. היינט באווייזן זיך מער פרטים פון דער זעלבער בריאה ווי דעמאלט; אונז דאכט זיך אז די פרטים זענען עפעס גאר ניי, און די פילאסאפיע האט וועגן זיי בכלל נישט געוואוסט. דאס אנאליזן לאזט אונז נישט איבער מיט צייט צוריקצוגיין צו די ערשטע קשיות פון טויזנטער יארן צוריק. 

די בריאה איז א קרייז, וואס וואקסט כסדר; די מענטשהייט קריכט נייגעריג צום ראנד, וואס ווערט אלץ ברייטער. וואס מער צייט, פארגעסט דער מענטש מער אז דער תירוץ איז אויף צוריק. 

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה