12/15/2010

די ערשטע קשיא

וואס איז פשט פון דער בריאה: פארוואס איז זי דא? פארוואס "עקזיסטירט" עקזיסטענץ? 

איך ווייס נישט וואס דער תירוץ איז. איך ווייס אבער יא, אז די קשיא איז לעגיטים; דאס איז איינע פון די זאכן וואס וויסנשאפט האט מיך געלערנט: יעדע זאך האט א סיבה -- אפילו ווען איך ווייס זי נישט. סייענס האט זיך אויפגעבויט און וואקסט ווייטער בלויז אויף דעם סמך. 

אויב יעדע זאך אין דער בריאה האט א סיבה -- והא ראי' די וויסנשאפט זוכט זי -- מוז דאך זיין אז די בריאה זעלבסט האט א סיבה -- הגם די וויסנשאפט זוכט זי נישט. אנדערש דערווארטן מיר פון די בלעטער צו האבן מער כוח ווי דעם בוים אלץ גאנצס. דער חילוק צווישן די סיבות אין סייענס און דער יסודות'דיגער ערשטער סיבה איז נאר דאס, אז מיר אליין זענען דאך אויך טייל פון דער זעלבער בריאה/עקזיסטענץ ווי די זאכן וועלכע מיר פרואווען פארשטיין. דערפאר איז עס מעגליך. די ערשטע סיבה ליגט אבער אינדרויסן פון דעם גאנצן עסק. אלעס וואס מיר זענען, זעען, און קענען זיך נאר פארשטעלן -- אלעס איז פונעם דעקל און ווייטער. מיר, אונזערע געדאנקען, דערפארונגען, דמיונות, שכל און מחשבות, זענען פרטים אין אן עקזיסטענץ, פון וועמענס גרעניצן מיר קענען נישט ארויסקוקן.

די קשיא, הייסט עס, איז מחייב דער שכל, דער זעלבער וואס פארגעטערט די וויסנשאפט. וואס טוט מען אבער אויב וויסנשאפט קען די פראגע נישט ענטפערן אפילו ביים בעסטן ווילן?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה