12/15/2010

זיס-ביטערע קעלער-דערפארונגען

אין בארא פארק, דער ברוקלינער געגנט אין וועלכער איך בין אויפגעוואקסןגעפינט זיך א ספרים געשעפט וואס פארנעמט זיך מיט פארקויפן אלטע ספרים און ביכער – פון דעם סארט וואס זענען שוין נישטא צו באקומען.

דער הויפט קוואל פאר דער דאזיגער אלטער סחורה איז "שמות" – פעק מיט ספרים און ביכער וואס זענען די אייגנטימער נימאס געווארן, און באשלאסן זיי צו לייגן אין שמות. דער קראם פון אונזער געשיכטע נעמט אפ די באגאזשן; קלייבט פון דארט ארויס די וואס קענען נאך ווייטער פארקויפט ווערן, און דער רעשט ווערט ערגעץ-וואו באגראבן, ווי פרומע אידן טוען מיט די איבערבלייבענישן פון תשמישי קדושה.

די נאכפראגע אויף דער דאזיגער סחורה איז נישט געווען קיין גרויסער. דער געשעפטס-אייגנטומער האט די אלטע ביכער פלאצירט אין קעלער, צו וועלכער עס האבן אראפגעפירט קרימע, קרעכצנדע שטיגן. די עלעקטערי אונטן איז תמיד געווען פארלאשן, און דאס קנעפל איר צו אנצינדן איז פארלוירן געווען ערגעץ-וואו צווישן שענק און שאפעס, וועלכע האבן געגעבן דעם איינדרוק פון א חולה ערב גסיסה. און אויב עמיצער האט געוואלט אראפגיין, האט ער געפרעגט רשות ביים באלעבוס, וועלכער האט יענעם געוויזן די טרעפ. אויפן וועג אראפ, האט, ווי ביי די מאראנען אין שפאניע, די עלעקטערי ווי פון זיך אליין אויפגעשיינט.

פלעג איך אין דער דאזיגער קעלער פארברענגען לאנגע שעות, און נישט אזוי זעלטן, א שיין חלק פונעם טאג. בטבע האט מיך תמיד געצויגן צו מיסטיציזם; איך האב פון אייביג אן געשפירט א דראנג צו פרואווען גיין אין דער זעלבער ריכטונג, אבער דווקא צווישן די ביימער אין וואלד, אנשטאט אויפן הויפט-וועג אט ארויפצו. די אומגעווענליכע סביבה האבן צוגעגעבן טעם צו דעם עצם גריבלען זיך אין אלטע ביכער, וואס זענען כמעט אדער בכלל מער נישט בנמצא. דער אומהיימליכער שפאציר א שטאק אראפ, און די פארזשאווערטע שענק אונטן זענען מיר געווען דאס זעלבע ווי א הערליכער אויסקוק פון א פענטהאוז דירה אין א 30-שטאקיגער געביידע. דער גערוך -- שימל, מיט נאך עפעס וועמענס מקור כ'ווייס היינט אויך נישט -- האבן געהאט דעם זיבעטן חן.

דער קעלער איז געווען מיין פאנטאזיע-אינזל, ווייט ארויס פון דעם מציאות. צייט און ארט האבן קיין רשות אראפצוגיין פונעם באלעבוס נישט געקריגן; זענען זיי טאקע תמיד שטיין געבליבן ביי דער טיר אויבן, און פאר'חידוש'ט געקוקט אויף דער גלייכגילטיגקייט פון דעם 15-יעריג יונגל, וועלכער כאפט כלל נישט קיין התפעלות פון זייער אומגעווענליכער אפוועזנהייט. דאס יונגל האט זיך באקוועם געמאכט, שטייענדיג צי זיצנדיג, און פארבליבן אין דער זעלבער פאזע פאר א לאנגער צייט -- ביז דער מלאך פון פאנטאזיע האט איינדרימלט און דאס יונגל האט זיך אויפגעכאפט.

זענען דורכגעלאפן יארן. איך האב חתונה געהאט, און אריבערגעגאנגען וואוינען קיין וויליאמסבורג. די דאגות פון לעבן האבן אנגעפילט די פרייע צייט און פרייען פלאץ אין קאפ. האט זיך געמאכט אמאל אז כ'האב געדארפט זיין אין דער געגנט וואו יענע געשעפט פון מיין קינדהייט געפינט זיך. קיין סך צייט האב איך נישט געהאט; האט זיך מיר אבער זייער פארוואלט זיך אויף א מינוט אריינכאפן אין "מיין" קעלער. זיך אוועקזעצן לייענען וועל איך טאקע נישט קענען; אבער פארוואס נישט כאטש איבערלעבן יענע זיסע צייטן, אפילו אויב נאר פאר עטליכע מינוט?

דער באלעבוס האט מיך אויפגענומען ווי אן אלטן באקאנטן. איך האב אים נישט געדארפט זאגן פארוואס איך בין דא; באלד נאכן עליכם-שלום האט ער זיך געווענדעט צום קעלער. אלץ איז געווען ווי אמאל -- דער אייגענער רוטין.

איך בין אראפגעקומען אונטן, זיך אומגעקוקט, איינגעזאפט דעם היימליכן שימל-גערוך, און געווארט די געפילן זאלן פון זכרון אפירשווימען. אבער, אומזיסט. איך האב זיך גענומען די טירחא און געפרואווט קלאפן ביים זכרון אויף דער טיר. פארט אן אלטער באקאנטער! ס'האט אבער גארנישט געהאלפן.

הפנים, יענע געפילן זענען געווען טייל פון דער יוגנט. אוועק איז די אומשולדיגקייט, און מיט זיך גענומען דאס גאנצע פעקל. 

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה