1/14/2011

געזעץ, שכל און פרייהייט

געזעץ איז א מענטשליכער פראדוקט. עס זענען פאראן געזעצן, וועמען דער שכל איז מחייב; נישט מארדן און גנב'ענען זענען צוויי דוגמאות. וואס מיינט דאס אבער, "דער שכל איז זיי מחייב"? נאצי-דייטשלאנד'ס שכל האט מחייב געווען, אז מארדן איז נישט קיין עוולה איבעראל און כלפי יעדן. איסלאמישע טעראריסטן אין אונזערע צייטן טראגן זיך ארום מיט דער זעלבער פילאסאפיע. 

אלא מאי, דער שכל איז מחייב ("קאממאן סענס", בלע"ז) מיינט: זייער א סך -- אפשר גאר רוב -- מענטשן זענען דערמיט מסכים. וויבאלד רוב מענטשן זענען דערמיט מסכים, פעלט זיך דערצו נישט אויס קיין הסבר; די סיבה וואס איז דעם געזעץ מחייב ליגט ביי יעדן אין קאפ.

די דאזיגע הנחה קען דינען ווי א שטארקן יסוד פאר א געזעץ. פון דער אנדערער זייט, קען זי זיין זייער מסוכן. אויב קומט א געזעץ נישט בפירוש באגלייט מיט שכל, וואס ווערט קלאר געשריבן און געזאגט, קען זיך מאכן א מציאות אז דאס געזעץ זאל מיסברויכט ווערן אויף א שרעקליכן אופן. די איינציגע זאך וואס דארף געשען איז נאר, אז דער זעלבער "רוב מענטשן" זאל זיך בייטן די מיינונג. איינמאל די מענטשן, אויף וועמענס קאלעקטיווער, אומגעזאגטער לאגיק א געזעץ איז באזירט, הייבן אן טראכטן אנדערש, קען זייער שנעל און גרינג געבוירן ווערן גאר א ניי מציאות.

דייטשלאנד איז אין די 20ער יארן געווען א דעמאקראטיש לאנד. אין די 30ער יארן עס איז געווען א פאשיסטיש לאנד. אין די 40ער יארן איז דאס געווארן א שרעקליך מערדעריש לאנד.

אין ווייניגער ווי 20 יאר איז דאס זעלבע לאנד, די זעלבע מענטשן, פון דעמאקראטיע-סימבאל פארוואנדלט געווארן אין דער סאמע ווילדער, פרימיטיווער מענטשליכער קאלעקטיוו אין מאדערנער היסטאריע. דאס איז גענוג צו ווייזן, אז א דעמאקראטישע סיסטעם אליין איז ווייט נישט גענוג צו למעשה פארזיכערן פרייהייט.

איך האב א שלעכט געפיל איבער דער צוקונפט פון די פאראייניגטע שטאטן -- אפשר דער מערב-וועלט בכלל. איבערצייגונגען און אויפפירונגען טוישן זיך לעצטנס, הגם זייער פאמעליך און אויף א קליינעם פארנעם. פאראורטיילן, שנאה, כעס און האס מערן זיך ביי יחידים און שפירן זיך אלץ געדעכטער אין דער לופטן. דער צום מערסט באאומרואיגנדער פאקטאר איז, אז די שינויים זענען בדרך כלל נעגאטיוו און אלע גייען זיי אין דער זעלבער ריכטונג.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה