2/11/2011

אין אות וואלד

איך קוק ארויס פון א שמאל פענסטערל און זע דעם פארשנייטן שפיץ פון א בארג. אויף דער אנדערער זייט רוט א שטיק נאטור -- אומ'רחמנות'דיג פארבלאנזשעט אין פארפארוירענעם זיין. 

ער רירט זיך פון ארט נישט. ער שטייט דארט אויפ'ן זעלבן פלאץ, אין דער זעלבער פאזע ווי דער רצון פון יצירה האט אים באשאפן. 

אזוי חנ'עוודיג איינזאם. ס'גליסט זיך מיר אים באגיסן מיט מער בענקעניש-טרערן ווי מיין הארץ איז בכוח פראדוצירן. גלאט צערייצן דעם אפעטיט, וויל איך אים נישט. וועלן מיינע אויגן בלייבן טריקן. קעגן זייער ווילן.

גליסט זיך מיר אבער אריבערקלעטערן דעם בארג. דווקא קלעטערן. דווקא איבער'ן שנייאיגן שפיץ. דער אויסגעפלאסטערטער, אויסגעפיצטער וועג איז א פלעק אויף זיין אבסעלוטער, נאטירליכער ריינקייט. 

איך וויל אין זיין אומשולדיגן מיטן געפינען א וועלדל. איך וויל אינעם וועלדל ציללאז שפאנען. איך וויל שפאנען ביז א קרימער פעלז וועט אויסוואקסן אין וועג. 

אויף דעם פעלז וויל איך זיצן. איך וויל זיצן און טראכטן. איך וויל טראכטן מחשבות, וואס געטרויען קיינעם. 

די ביימער וועלן מיך שיצן פון קאלטער אפנקייט. די שאטנס וועלן פארשטעלן מיינע געדאנקען פון פוסטן חלל.

צוויי אנדערע נאטור-ארעמס, צייט און וועטער, זענען אבער קנאה'דיג פאר'עקשנ'ט. וועל איך זיי מוזן אויסשפילן. וועל איך במקום נאטור אריינקוקן אין א ווירטואלער וועלט, וואס דער שטורעם אין מיר העלפט שאפן. וועל איך מיינע געדאנקען פריילאזן אין דער וועלט פון ווערטער. וועלן ווענט פון אותיות פארשטעלן מיינע געדאנקען -- פון זיך אליין. 

דער ליידיגער תוך פון יעדן אות וועט פארשטיין, אז די ציגל קענען דעם בנין וואס זיי פורמען קיינמאל נישט משיג זיין.

און ביי דעם זאל עס בלייבן. 

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה