2/16/2011

גשמיות און גראוויטי

ביז אייזיק נוטאן איז נישט אויפגעקומען מיט זיין טעאריע פון דעם גראוויטי-כוח, זענען די ווערטער פון "אונטן" און "אויבן" פארשטאנען געווארן פשוט ווי זיי הערן זיך. נאך דעם וואס מיר האבן זיך באקענט מיט דער ערד'ס נאטירליכער צוציאונגס-קראפט, האבן די צוויי ווערטער אנגענומען אנדערע משמעות'ן. "אונטן" איז די ריכטונג אין וועלכער גראוויטי ציט אונז; "אויבן" איז די דירעקציע אין וועלכער מיר וואלטן אפגעפלויגן, אויב גראוויטי זאל אונז "אפלאזן".

איינשטיין האט מחדש געווען אז גראוויטי איז נישט קיין כוח וואס ציט, נאר ליבערשט א "קוועטש" אין מקום, וואס קומט פון דער אנוועזנהייט פון מאסע. יעדער געגנשטאנד "פּרעסט" זיך איין דער עקזיסטענץ פון פריי-פלאץ, און קלענערע אביעקטן "פאלן" במילא אריין דער געשאפענער "שיפקייט".

גראוויטי, קומט אויס, איז א צופעליגע זאך, וואס גשמיות (דבר גוש, ממשות -- עפעס וואס לאזט זיך אנטאפן), ברענגט מיט זיך. ווען מיר "ציען אויף ארויף", ווען מיר "קוקן ארויף", און ווענדן זיך, זוכן עפעס "העכערס", מיינט דאס אונזערס א פרואוו, א רצון זיך צו דערהייבן איבער גשמיות. וואו גשמיות איז אפוועזנד, איז נישטא קיין אראפ און די קאנצעפט פון "אונטן" פארשווינדט. 

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה