3/16/2011

מיין איך וויינט מיט דיר

חבר און רבי שלום בערגער האט עס באמערקט; קאלעגע-בלאגער קטלא קניא האט זיך (ווארעם) אפגערופן. כיהודא ועוד לקרא, לאמיך דיר, אומבאקאנטער מענטש מיט וועמען איך וויין פון דערווייטנס, זאגן א פאר ווערטער. דאס איז א רעאקציע צו דיין פירוש-רש"י אויפ'ן אריגינעלן בריוו. ס'איז דא אזוי סך צו שמועסן. האפנטליך וועלן מיר עס טאן, האפנטליך פנים-אל-פנים...

די בריאה איז זייער זיס. די שיינקייט וואס ליגט אפילו אין כאאטישן בערגל שטיינדלעך אין וואלד, איז ריין און דערהויבן. א פאעט האט דעם כוח איבערצוגעבן א נאש פון דעם געפיל, וואס א מענטש קען שפירן פון אזא צופעליג געשעעניש, ווי אן אפגעריסן בלעטל וואס שטויסט זיך מילד אויף דער ערד.

די בריאה איז שיין ווי זי איז. זי דארף אנגעקוקט ווערן מיט נאקעטע אויגן -- דווקא אזוי. די בריאה שטייט סך העכער ווי די געדאנקען פון מענטשן, וואס קוקן אויף איר. שיטות און מיינונגען זענען גלאז, דורך וועלכן א ריינע, דערהאבענע באשאף פארלירט עפעס פון איר אמת'דיגקייט. דאס איז אמת פאר יעדער שיטה און יעדער מיינונג. אין מיין שמועס מיט א גרויסן נשמה-מענטש, האט ער זיך אויסגעדריקט אז ר' ארי' קאפלאן האט, ווי עס שיינט, אויך נישט פולשטענדיג ארויסגעהאט מעדיטאציע, ווייל אין זיין "דזשואיש מעדיטעישאן" שטעלט ער איין א סדר פון צייטן און סיסטעמס (20 מינוט, 30 טעג, אא"וו). ער "באגרעניצט" די קאנצעפט, אזוי צו זאגן. אין מעדיטאציע וויל די נשמה זיך פאראייניגן מיט דער אבסעלוטער עקזיסטענץ -- אט יענע וואס טרייבט די נאטור צו טרייבן עקזיסטענץ צו עקזיסטירן. די נשמה, אריינגעצווינגען אין א טבע מיט באשטימטע געזעצן און אינגאנצן פיר דימענסיעס, לעכצט נאך דער גאנצקייט און פרייהייט פון דעם קאסמישן כלל, וואו קיין פרטים און טיילן זענען נישטא. 

די דאזיגע דערפארונג איז נישט צוגעבינדן צו קיין איינציגע באשטימטן מהלך המחשבה, שיטה, גלויבן. זי איז א נשמה-זאך. דאס לעכצן, בענקען, פרואווען פארשטיין די אייביגע פראגעס זענען אייגנשאפטן וואס מאכן זיך ביי מענטשן פון אלע שאטירונגען אין לעבן. די וואס זוכן זי אויפריכטיג, געפינען זי אויך, פריער צי שפעטער. בענקען און גליסטן זענען באגריפן, וואס עקזיסטירן פאר זיך אליין. די מאטיווען און סוביעקטן, צו וועלכע די גליסטעניש ווערן אנווענדעט און אנגעבינדן, זענען "מקרה'ס," צופעליגע, אויסערליכע זאכן. א בענקענדע נשמה בלייבט בענקען, פונקט ווי א דענקנדער מוח בלייבט דענקען. טאלסטאי איז געשטארבן מיט די ווערטער, "ליכט, ליכט". להבדיל, דעם קאצקער רבי'ן האבן די עקזיסטענציאנאלע ספיקות אריינגעטריבן אין איזולאציע. די פאעטיש-דערהויבענע נשמה פון ר' נחמן ברעסלאווער האט אים געפירט צו מעדיטירן אין שויס פון דער נאטור -- צו רעדן מיט גראזלעך און טראכטן צו ביימער. גרויס -- גרעסער ווי גרויס -- זענען די דאזיגע צדיקים געווען; אבער אפילו דארט הויך הערשט נישט קיין פולשטענדיגע קלארקייט אינעם באשאף. אלעס, פון אחד-יחיד-ומיוחד און ווייטער, באשטייט פון פרטים און טיילן.

א סביבה מיינט, קעגנזייטיגע פארשטענדעניש מיט לייק-מיינדעד מענטשן. מענטשן מיט איידעלע נשמות און מולטי-דימענסיאנאלע מוחות זענען קינסטלער, פאעטן, גייסט-מענטשן מכל המינים. זיי זענען נישט פרום, נישט פריי, נישט קיין קאנפארמיסטן און אויך נישט קיין ראדיקאלן. זיי זענען מענטשן וואס האבן זיך אויסגעזוכט א וועג אין לעבן. אויפ'ן וועג טרעפן זיי, בדרך כלל, נאך מענטשן ווי זיי, וואס וואנדערן איינזאם, אפטמאל ציללאז, און זוכן "ליכט". אין אן אמת-אפנקעפיגער סביבה, זענען מלבושים און האר-סטיל גאר נישט רעלעוואנט. דארט פארשטייט מען זיך; דארט פילט מען זיך.  

פילנדע מענטשן זענען געווענליך קאמפליצירט. זיי דארפן זייערע אייגענע ד' אמות. די וועלט פון חתונה-געהאטע מענטשן קומט באגלייט מיט דער גאנצער קאמפליקאציע וואס קומט בהכרח מיטן צוזאמלעבן פון צוויי מענטשן. דאס איז אמת אייביג און איבעראל. די דאזיגע אייגנשאפט איז אוניווערסאל. אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט, קומט די פרייהייט פון מער ברירה אינאיינעם מיט דער ענגשאפט פון אלעס טיילן מיט'ן לעבנס-שותף. בדרך כלל, ווערט דאס לעבן אפגעלעבט מיט א געמיש פון פרייד און טרויער, זיסקייט און ביטערניש, שלוות הנפש און אנגסט. די סיבות קענען זיין זייער אנדערש; דער סך הכל -- די געפילן -- איז אבער דער זעלבער.

איך ווייס אז שיר השירים שילדערט אן אמת'ע אספעקט פון לעבן. דארף מען אבער געדענקען אז שלמה המלך שילדערט אינעם משל דווקא די ווייניג און תמצית'דיגע זיסע מאמענטן, וואס קענען איבערגעגעבן ווערן דווקא נאר מיט זיך אנקוקן און שווייגן. ער מאלט נישט קיין בילד פונעם לעבן ווי עס איז, נאר פון איין באשטימטן פרט אין לעבן. דאס לעבן אלס גאנצעס, באשטייט אבער נישט בלויז פון דער דאזיגער אין-סופ'יגער בלוי. אין לעבן זענען פאראן שוועריגקייטן, קאפ ווייטאגן און הארץ ווייטאגן. ווען די ערשטע כישוף-תקופה לויפט דורך, טרעפט מען זיך מיט א בשר ודם, וואס איז טאקע ליב און טייער, אבער אויך -- א בשר ודם, מיט פעלערס און שוואכקייטן. פון דארט און ווייטער ווערט דאס לעבן אלס מער באנאל, געווענליך, דורכשניטליך, פשוט. נישטא קיין איבערראשונגען, אנטדעקונגען, חידושים. 

ס'איז נישט קיין שאלה פון יושר -- כלפי יענעם און זיך אליין. די פראגע וואס דארף געשטעלט ווערן איז, צי די רייץ מאלט נישט א לעבן אין פארבן וואס זענען בעולם הזה נישטא צו באקומען. 

ס'איז אויך נישט קיין שאלה פון אמת. אמת, אין דער אבסעלוטער פארעם, איז א קאסמישע קאנצעפט, וואס שטייט העכער, "אינדרויסן", פון אלע דערפארונגען און מענטשליכע גבולים. דער אמת אנטפלעקט א געוויסן טייל פון זיך וואו מען זוכט אים נאר.  דעם גאנצן אמת איז פון אונזער פרטימ'דיגן פערספעקטיוו אוממעגליך צו זען; והא ראי', ער איז נאך דורך קיינעם נישט געזען געווארן. ווי העכער גרויסע מענטשן זענען דערגאנגען, אלס מער האבן זיי געזוכט. די איינציגע זאך וואס גרויסע מענטשן האבן אפשר פארשטאנען און פארשטייען בעסער ווי אונז איז דאס, אז דער וועג פארמאגט נישט קיין ענדגילטיגן סוף. נישט דא; נישט אין ערגעץ ביז וואו מין אדם האט דערווייל באוויזן אנצוקומען.

ביי א לעקציע פון פראפעסאר יהושע האלבערשטאם (ער איז, דאכט זיך מיר, א פראפעסאר פון פילאסאפיע אין קאלאמביע), האט עולם צוהערערס אים געפרעגט, וואס דער אלטימאטיווער אמת איז. זיין ענטפער איז געווען, "איך ווייס נישט." ער האט צוגעלייגט אז קיינער ווייסט נישט. איך געדענק נישט צי ער האט געזאגט אז קיינער ווייסט נישט, אדער אזא זאך עקזיסטירט נישט. בכל אופן האט ער אויסגעפירט, אז די קונץ איז צו געפינען סיפוק אינעם עצם זוכן. דער וועג, הייסט עס, איז דער אייגנטליכער ציל.


אין דער מזרח'דיגער קולטור רעדט מען וועגן "לעבן אין דער מאמענט". דער דאזיגער געדאנק, ווי עס שיינט, איז נאך דער נאעסטער מהלך צו שלוות הנפש, ווייל עפעס אנדערש איז גאר נישטא. די דאזיגע קאנצעפט איז אריינגענומען געווארן אין דער פסיכאלאגישער שיטה פון DBT. איך האב לעצטנס זיך אנגעשטויסן אין באריכט אין סייענטיפיק אמעריקען מאינד וועגן א שטודיע, וועמענס אויספיר האט געוויזן דאס: לעבן אין מאמענט אין א שליסל צו שלווה. שלווה, מיט זיך אליין, מיט דעם אייגענעם "קאנשאס", מיט דער אייגענער נשמה. ס'איז אזא סארט שלום צווישן נפש און נשמה, הארץ און מוח. 

זייער ווייניג מענטשן וועלן דיך פארשטיין -- אין אונזער געזעלשאפט, און אין אנדערע געזעלשאפטן. פארשטיין וועלן דיך אזעלכע מענטשן, וואס גייען דורך, אדער זענען אין דער פארגאנגענהייט דורכגעגאנגען ענליכע מצבים. פארשטיין וועלן דיך מענטשן, ביי וועמען עס ברויזט אינעווייניג א שטורעם, וואס פארמאגט גענוג ענערגיע צו צעטרייסלען א שטאט. פארשטיין וועלן דיך מענטשן, וואס קענען זיך צעוויינען פון דער זיסקייט וואס פאראן אין חלל, איבעראל, אין און ארום יעדן און אלעם. פארשטיין וועלן דיך מענטשן, וואס טראכטן און פילן. 


די דאזיגע מענטשן וועלן דיך פארשטיין -- הגם דיינע ספיקות וועלן זיי ביים בעסטן ווילן נישט קענען אויסקלארן. 

און די דאזיגע מענטשן זענען פאראן -- איבעראל. דאס איז א טיפ מענטש, מיט אייגנארטיגע נפשיות'דיגע אייגנשאפטן. דאס איז נישט קיין געזעלשאפט, קיין סביבה. דאס איז א געפיל, א פנימיות -- עפעס וואס קען נישט געמאלן און געשילדערט ווערן. די נאעסטע מעגליכקייט צו שמועסן דערפון איז, א שייכות מיט אנדערע מענטשן וואס פילן, ווייסן און דערפארן עפעס כעין זה...

2 תגובות:

  1. מעכיל7/4/11

    הערליך שיין.

    השבמחק
  2. אנונימי9/8/11

    Amazing amazing post. So beautiful. Thanks.

    השבמחק