4/03/2011

א שאלה אין דער וועלט אריין

אויב די אוראלטע גריכישע פילאסאפיע האט מיט בלויז טראכטן געפרעגט די זעלבע קשיות און געגעבן ענליכע תירוצים ווי די מאדערנע וויסנשאפט מיט אירע מעטאדן פון עקספערימענטירן און אבסערווירן, איז פשט אז יענע פילאסאפן זענען געווען קלוגער, אדער פשוט מער שפעקולאטיוו? 

4 תגובות:

  1. נתן5/4/11

    אן ענליכע שאלה [אויך אין דער וועלט אריין]
    אויב א זעקס יעריג מיידעלע האט מיט בלויז טראכטן געפרעגט די זעלבע קשיות און געגעבן ענליכע תירוצים ווי דעם מאדערנעם אויפגעקלערטן טאטן מיט זיינע מעטאדן פון פארשן און אבזערווירן, איז פשט אז זי איז קלוגער, אדער פשוט מער שפעקולאטיוו?
    זי האט אויך לעצטן שבת שיין געזאגט די פרשה 'אשה כי תזריע' וכו', מיט די טייטש אפילו בערך ווי איך וואלט געזאגט, איז פשט אז זי פארשטייט די פסוקים פונקט ווי מיר? מיין 9-יעריג יונגל האט שוין אפילו אמאל צוגעטראפן א קשיא אויפ'ן פסוק וואס רש"י וויל טאקע יענץ פארענטפערן. איז פשט אז זי האט אזא גוטן תפיסה ווי רש"י? ווידער מיין 12-יעריג יונגל האט מיר געפרעגט די זעלבע קשיות ווי מיין אידענע (וואס, טאטי, ווער האט זיך גע'גט? פארוואס?) און כ'האב זיי ביידן געענטפערט בערך די זעלבע (זיי האבן זיך עפעס נישט פארטראגן; ער האט איר נישט אזוי שטארק ליב געהאט; זי האט געהאט שוואכע נערוון), איז פשט אז זיי ביידע באגרייפן די זעלבע די פראגע און דעם תירוץ?

    השבמחק
  2. פשט, ווי איך לערן עס אפ, איז ביידע רעדן פון דער זעלבער קאנצעפט, הגם זיי ווענדן זי אן אויף אנדערע באגריפן.

    מיט דער פילאסאפיע, האבן דאך די גריכישע פילאסאפן געפרעגט די זעלבע קשיות אויף די זעלבע דערשיינונגען. זיי האבן אויך גענישטערט אין דעם יסוד פון דער בריאה. דעמאלט האט מען אפשר נישט געוואוסט אזויפיל פרטים. היינט ווייסן מיר וויאזוי אן אטאם זעט אויס, אפשר בעסער פון זיי. אבער די קשיא וואו דאס אלץ ענדיגט זיך, איז, ווי עס שיינט, געפרעגט געווארן דעמאלט מיט דער זעלבער כוונה ווי היינט.
    עס קען אפשר זיין אז טאקע דערפאר וואס די פילאסאפיע האט געוואוסט ווייניגער פרטים, איז איר גרינגער אנגעקומען צו פאקוסירן אויפן אייגנטליכן יסוד פון אלעם.

    השבמחק
  3. אברבנאל11/5/11

    צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין - און צו שטעלן פראגעס דארף מען ניש זיין קיין מר-בר-רב-אשי

    דרייען מיטן פינגער און קראצן די שטערן שטעקט ניש מיט גריכישע פילאסאפיע-
    א פראסט-שאלעשידיסל פונעם כעלעמן מארק קאן גלאצן מיט אן אייגל און פרעגן היכי-תמצא'ס מכוח א ביצה שלא נולדה ביום טוב

    יעצט, די קארפן-קעפלעך וואס גריבלן, און האבן די העזה צו קווענקלן אין מה למעלה מה למטה, פארוואס די וועלט איז נישט קוואדראט ווי אין פסוק שטייט מארבע כנפות, גלייבן זיי און זייערע שטותים דהיינו זאמבוס און כל מיני לאפיטוטן...
    ווי יצחק-לייבוש ציטירט יוחנן מלמדל:
    דער כלל איז: אלע גלויבן! נאר וואס דען? איינער גלויבט דער לויתן גייט פארן שור הבר: און דער אנדערער זאגט: ניין! דער שור הבר איז פריער, און דער לויתן קומט דערנאך אלס צובייס= קינוח סעודה.

    נו.נו, מה לי להאריך, אין כל חדש תחת, צופיל פרעגן האט מען ניש קיין נחת

    השבמחק
  4. אויך גערעכט.

    לענינינו, איך וואלט פאראפריזירט פרצ'ס ציטאט, כזה: אלע פרעגן און אלעמאל בלייבט עפעס אומפארענטפערט. דער איינציגער חילוק שטעקט אין דער מדריגה אויף וועלכער דער פרעגער שטייט.

    השבמחק