7/10/2011

אין קאסמישן שפיגל

אין דער נאכט פאר תקופת תמוז האב איך שפאצירט ביים ברעג, מיט די פיס ביז'ן קנעכל פארזינקען אין ליים, און געקוקט דארט אהין, וואו דער אוניווערס שפיגלט זיך אפ אין מים העליונים. 

אט וואס כ'האב געזען.

צוויי און דריי באטרעפן נול; אנדערע זאגן זיבן.

תמוז-זון צווינגט מענטשן צו די געלעגערס; ווינטער ציט אלעמען צום ים.

כעלם געקרוינט אלס הויפטשטאט, און די הצלחה שיינט בטלנות דעם וועג.

דער לץ קלאגט אויף זיין עלטער-באבעס לוי'. מיטליעריגע שקלאפן לאכן זיך אריין אלץ טיפער אין מרה שחורה.

סינאנים שטעלט זיך להכעיס נעבן איפכא מסתברא, און רש"י פארטייטשט א נישט-געשריבענעם פסוק.

טראגעדיע פארליבט זיך אין דער לאטערי, און דאס גליק בלאנזשעט אין די קארידארן פון מושב זקנימ'ס.

קשיות לויפן אין קרייזן, געטריבן פון תירוצים קיילעכיגע יתומים.

טויבן פירן קאמפיוטער טשיפס אין קאנווערטן, צו ווערן געלייענט דורך א גוסס א קאצנשפרינג אהינצו.

עופה'לעך טרייסטן צאפלדיגע מאמעס, וואס וויינען נאך נישט-געבוירענע טאטעס.

דאס אלעס האב איך געזען, שטייענדיג אויפ'ן ראנד מיט'ן פנים צום קאסמישן שפיגל.





תגובה 1: