8/30/2011

אין בין השמשות פון אייביגקייט

און אז איך בין סוף כל סוף איינגעשלאפן, האב איך מיט'ן נאגל פון קלענסטן פינגער געוויזן א שטערן-שטראל צו קומען נאענטער.

איבערגעלאזט די היים האט דאס שטראכל שוין מער יארטויזנטער ווי מין מענטש וועט אמאל באווייזן אויסציילן. עס פינקלט מיט פרייד; א קלייניגקייט: דינען ווי א בריק פון דרויסן צו תוך-אינעווייניג? 

"וואס הערט מען עפעס?" פרעג איך אזוי, בלשון נסתר, נישט זייענדיג באהאוונט אין דער גאלאקטישער עטיקעט.

"וואס איז דאס," פרעגט ער פלוצלונג, במקום ענטפערן, און ווייזט מיר אויף א מסכת "עבודה זרה" אויפ'ן נאכט-קעסטל נעבן בעט.

דאס רעדט וועגן דעם פארבאט זיך צו מקשר זיין מיט העכערע כוחות. דאס בוך ווארנט די מענטשן נישט צו באטראכטן די דאזיגע כוחות ווערן ווי אזא מין ערדישן אין-סוף -- דערקלער איך אים.

דער שטראל צעטיילט זיך אויף אלע קאלירן פון זיין ספעקטרום. א סימן, אז ער איז צעמישט.

"וויאזוי איז שייך צו מאכן אזא טעות?" שאקלט ער זיך דעם עק.

איך ווייס דען? איך דריי זיך איבער אויף דער רעכטער זייט, צום פענסטער, און פארקוק זיך אויף די ברעקעלעך שטערנדלעך אויפ'ן ראנד פונעם מילך-וועג.

"זאל איך זיך פארלירן?" שטעל איך די תכלית'דיגע שאלה, און קוק דערביי מיט שרעק צו מיין עגא.

"דו וועסט דאס נישט קענען באווייזן," קוקט זיין בלוי אין ריכטונג פון דעם שטערן וואס האט אים געבוירן. 

ער שטעלט פאר א סעקונדע אפ זיין געלויף, און קוקט אויף מיר פארפרוירן: "אזויפיל יא, ווען דו וועסט פארשטיין די מניעה, וועסטו שטיין זייער נאענט צו דיין גאולה."

אין יענער רגע, האט אין מיר אויפגעבליצט א פונק אמת. 

און כ'האב זיך דערוועקט -- דורך א צעקנייטשט צייטונגס-בלעטל, וועלכן דער שטורעם האט צוגעטריבן צו מיין פענסטער.



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה