12/12/2011

פרטים

עס פלאנטערט זיך אין מיר א וועלט פון פרטים,
וואס באגרייפן נישט זיך אליין.

פרטימ'לעך און פרטי-פרטים,
צוזאמגעשטעלט פון עפעס וואס קיינער ווייסט נישט.

מוטשעט זיך דער אנאליטיקער,
פון כאאס -- עפעס סדר צו ארויסקריגן.

לאכט א שטיק מיסטעריע,
אט יענער, וואס די פרטים האלט צונויף.

וויל איך דורכציען א שנירל,
צעגייען די רינגלעך א האָר ארויפצו און כהרף-עין פריער. 

שטייט אפהענטיג דער כלל,
שטוינט אויף א יסוד פון מסודר'דיגער אומלאגיק.

אזא איז מיין גורל, 
באשערט פון הינטערן אומזעבארן פירהאנג.

צו פארשווענדן צייט, פארניצן ענערגיע:

דעשיפרירן די מיסטעריע פון הסתר;

אויסזוכן דעם דריידל אין עצם פשט;

שפאלטן תירוצים אויף ווייטערדיגע קשיות;

אראפפירן פראגן פון גראדן וועג.

אזוי וועלן טעג זיך אויסשפילן,
און פורמען חדשים און יארן.

ביז קומען וועט דער לעצטער אטעם,
קוים מיט געוואלד זיך ארויסשטויסן.

אין אן אויגנבליק
וועט אלעס קלאר ווערן.

און אויב וועט דער כהרף עין
זיך לאזן שפאלטן,

וועט צייט זיין פאר א טרער פון עק אויג זיך ארויסגליטשן --
אונטערווינקען די לעבעדיגע: לאז געמאך...



8 תגובות:

  1. לא זכיתי אז ר' הירשל זאל מיך פארשטיין ):

    השבמחק
  2. כח ההסברה איז קיין זכות נישט; דאס דארף מען קאנען

    השבמחק
  3. ווערטער צוזאמגעווארפן, גלאט אזוי אין דער וועלט אריין,
    אומפארשטענדליך, מ'כלומרשט געהיימניספולע רייד,
    מיט א מיסטעריע ארומגעוויקלט, אין א שלייער און אומקלארקייט איינגעהילט,
    דער לייענער ווי דער שרייבער, בעל כרחו פארווארפן פון איין ענין צום צווייטן,
    דאן קומט אן אויספיר וואס עפנט א טירל צו א נייע טעמע גאר,

    פונדעסנטוועגן זאגן מיר, א שיינער פרואוו אין פאעזיע איז עס פארט!

    השבמחק
  4. YD Miller28/12/11

    הירשל,

    פיני זאגט אז בחיים חיותו איז א מענטש פארנומען צו פארענטפערן פראגעס און צו-רעכט מאכען פראבלעמען ווען רוב מאל איז דער תכלית א נייע שאלה און א נייע פראבלעם.

    דער סוף איז דער לעצטער אטעם, כי זה כל האדם, האפנדיג אז דעמאלטס קען מען זאגן פאר די לעבן געבליבענע: לאז געמאך

    כנלפע"ד לפרש דברי הרב פיני העמוקים, ומובטוחני כי ע' פנים לה כפטיש יפוצץ סלע, ואני לא באתי רק ללמוד פשוטו של מקרא

    השבמחק
  5. א שיינעם דאנק, YD Miller.

    דער סוף איז דער לעצטער אטעם. ווען מען שטעלט ארויס דעם ערשטן פוס פון אונזער וועלט, זעט מען ווי דאס גאנצע עסק דא איז א שטיקל פונעם פאזל - און פון יענעם פערספעקטיוו באקומט זיך גאר אן אנדער בילד.

    Abe, נישט געהיימניספול, נישט מיסטעריש. איך האט געפרואווט לאזן מיינע מחשבות ארויסלויפן אויפן פאפיר.
    ס'איז נישט אזוי עמוק און איך האב נישט געמאכט קיין אנשטרענגונג אז דאס שטיקל זאל אזוי פארקומען.
    ואחרי ככלות הכל זענט איר נישט דא אין יענעם פרדס: מען ווערט נישט געשעדיגט פון קוקן און נישט פארשטיין. אויב ס'שטימט נישט, דרייט מען זיך אויס און מען גייט צוריק.

    און פארט, ייש"כ פארן קאמפלימענט.

    השבמחק
  6. אויב די דאזיגע ווערק זענען א דרך אגב'דיגע רעזולטאט פון "לאזן מחשבות ארויסלויפן אויפן פאפיר", און נישט א קאמפאזיציע מחשבה תחילה'דיג געבויעט, דאן ווילן מיר אייך קאנגראטולירן און וואונטשן אלדאס בעסטן אין אייער רייזע אויף די שטעגלן פון ראז-געפארבטע דענקען און ערהאבענע שריפט-שטעלעריי.

    ווירקליך מערקווערדיג!

    השבמחק
  7. אנונימי28/12/11

    פיני, עס איז ווייטאגליך צו שרייבן ווערטער וואס בלייבן שטעקן אין אויערן וואס זענען פארשטאפט.
    דאס איז אפשר א צינישער טייל פון דער אלגעמיינער מער-אויבערפלעכליכער צעמישעניש.
    און אפשר איז טאקע בעסער אזוי. נאך אלעם, וואס א חילוק צי מען האלט דארט וואו עס שטימען נישט די פרטים אדער שוין ביי פרטי פרטים?

    השבמחק