1/03/2012

קהל הקהלת

איך האב זיך אומגעקוקט אויף דער וועלט און געזען, אז שלעכטס און גוטס זענען נישט אבסעלוט. 
דו זאגסט: ער איז גוט, דער איז שלעכט; דאס איז גוט, יענץ איז נישט גוט. זאג איך: אלעס איז א דמיון.

דו זאגסט: יענער איז א גנב. קוק איך פון אלמענטשליכן פערספעקטיוו און זע, אז דער בא'גנב'עטער האט גאר אפגעצאלט א פריער-פון-אלטן חוב, און נאך אן צינזן.

דו רעדסט פון לויפנדע טייכן און קיינמאל-אנגעפילטע אקעאנען. איך קוק פון מקור-וואסער און זע, אז ס'איז אלץ איינס - א מאסע-וואסער, מיט ליידיג פלאץ, קלענער און גרעסער, דא און דארט.

ליבערשט גיין צום אבל-הויז ווי חתונה-זאל, זאגסטו? אז כ'האלט איין דאס געלויף פון צייט און באטראכט די יחידים דא און דארט, זע איך פארקלעמטע הערצער באהאלטן אונטער יום-טובדיגע מלבושים, פרייד אונטער פארטרערטע אויגן, און ארונות אויסגעבעט מיט מנוחה.

דעם צדיק גייט דאך גוט און נישט גוט אין דער זעלבער מינוט; דאס זעלבע איז אויך מיט'ן רשע. איז דען נישט אלעס אנגעוויזן אינעם קוקער? ווענדט זיך נישט די שטימונג ווי די אומשטענדן ווערן באנומען אין מענטש'ס הארצן?

ס'איז נישט דאס, נישט יענץ. ס'איז אלעס איינס, און אין דער זעלבער צייט, גארנישט. פרעג נישט, וועסטו אליין באשליסן. קוק נישט, וועט זיין - גארנישט. 

ווייל אלעס איז נארישקייטן, אלעס איז פוסט-פוסטקייט, אלעס איז - גארנישט. נישט געווען און וועט נישט זיין. מה שהי, הוא שיהי' - גאלע גארנישט. ואין כל - ס'איז גארנישט פאראן. ואין - דער נישט, דער גארנישט, איז דער איינציגער אמת'ער חידוש.



3 תגובות:

  1. אברבנאל3/1/12

    דו זאגסט: גיי צום ווערעמל וועסטו זיך לערנען שכל
    זאג איך, קום צו ״רב וועלט״ וועט איר איינזען אז חכמה און נארישקייט איז אלץ איינס
    הבל הבלים - בלאטע שבבלאטע!
    קהלת, דער גרויסער דיכטער און פילאסאף, ווערט פארקלעמט זעענדיק די אומגערעכטעקייט און ברוטאלעטעט, דער ספק הייבט אן ברענען , און קהלת הייבט אן קנייטשען די שטערן אוןציען די אקסלען....
    היינע שרייבט אויף אן ארט, ״קהלת איז דער סקעפטישע שיר השירים״
    קומט רב וועלט צוגיין און זאגט: אמונה, אפיקורסות, אלץ איינס, שטאמען פון זעלבן ווארצל, און דער ווארצל....פון זעלבן גארנישט, גארנישט שבגארנישט, הכל הבל!

    השבמחק
  2. שיין. איך וואלט אייך, רעב אברבנאל, געגעבן דעם מיקראפאן. זאלט איר רעדן און איך וועל צושטעלן א זנב-לארי קאמענטאר.

    השבמחק
  3. כאצקל5/1/12

    א גארנישט טראכטנדער מח קען נישט אויסטראכטן אזא גארנישט מיינענדע גארנישט.

    השבמחק