1/24/2012

במשך דריי טעג

בלויער הימל
פון דורכזיכטיגן גרינג
לאָדנט אויס
שווערע ווייס-שטיקער

צערייצטער רעגן
זאט פון נישט באקומען
שלינגט אפּעטיטלעך
פון שטח הפקר טעמ'לאזן מָן 

פאר'חידוש'טע זון
דאס פּנים צו צייטווייליגן שפּיגל
לעקט נעימות'דיג
דעם עכא פון איר אפּוועזנהייט



7 תגובות:

  1. כ'וויל זייער, אבער עס גייט מיר נישט....

    א שאד

    השבמחק
  2. ווען כ'ווייס נישט בעסער וואלט איך געזאגט אז דו מאכסט חוזק פון אונז אלע, און באמת איז עס אלץ מאמבא דזשאמבא

    השבמחק
    תשובות
    1. אבער באמת, למאי נפק"מ מיין כוונה? אויב ס'איז גוט, שמייכל מיט הנאה; אז נישט, בטל מיך אויס מיט אלע בייזע חלומות (וואס קומען לכאורה דווקא פון דער רעכטער זייט מוח).

      מחק
  3. וויל איך אבער פארשטיין תורת הפאעזיע און ס'גייט מיר נישט!

    השבמחק
  4. אויף וויפיל איך בין פאעט, איז עס (כמעט אינגאנצן) אינטואיטיוו. ווייס איך באמת נישט וואס צו זאגן. אויף וויפיל איך האב אנטוויקלט א פארשטאנד צו מיין געשמאק אין פאעזיע, האב איך צו פארדאנקען שלום בערגער. זיל גמור!
    שיר השירים, תהילים, איכה, קהלת רעדן צו דיר? איך רעד דווקא פון פשוט פירוש-המילות.

    השבמחק