עס האט געזאלט זיין דאס ערשטע מאל וואס אונזערע פירערס וועלן קוקן דאס מציאות אין פנים און אנערקענען אז זיך אוועקדרייען און פרום אויסשפייען וועט העלפן ווי א טויטן באנקעס. געזאגט האט מען אונז אז מיר וועלן איינמאל פאר אלעמאל נעמען די אינציאטיווע און זוכן א וועג וויאזוי צו גיין פון דא ווייטער. אזוי האט מען אונז געזאגט.
סארא אנטוישונג.
איך בין אנטוישט פון דער פארפאסטער געלעגנהייט -- מעגליך די לעצטע פון דעם מין. א שאד -- אזא שאד. מאסן מענטשן, וואס זענען ע"פ רוב געקומען פולשטענדיג פרייוויליג און מיט'ן איינציגן ציל צו הערן עפעס קאנסטרוקטיוו, זענען ארויס פונעם זאל אזוי ליידיג ווי ביים אריינקומען -- מיט א צוגאב פון א יאוש-געפיל, אין מיין פאל.
עס איז פאר מיר צום וויפילטן מאל קלאר געווארן אז אונזער ישועה וועט נישט קומען פון דער מזרח-וואנט. דארט ווייסט מען פון נארישע פאליטישע חשבונות; דארט קריגט מען זיך איבער פוסטע נארישקייטן; דארט איז וויכטיג וואס פאליטיש-מאטיווירטע עסקנים האבן צו זאגן. די וואס מיינען עס יא ערנסט און טיילן דעם רצון פונעם ציבור צו פארבעסערן אונזער לעבן און צוגרייטן אונזערע קינדער צום נייעם מציאות, זיי זאלן בלייבן אידן און מענטשן אין א תקופה פון אפנקייט און הפקרות, יענע ווייסן נישט וואו מיר שטייען אויף דער וועלט. אזא איינדרוק באקומט זיך.
עס איז א נייע תקופה, רבותי. מיר קענען נישט זיצן און ווארטן אויף אנווייזונגען פון די עיני העדה. מיט יענע אויגן איז דער כלל א בלינדער אן קיין וועגווייזער. זיי זענען מיט אונז אינאיינעם אריינגעקראכן אין דעם חושך. מיט אונז אינאיינעם זוכן זיי א וועג ארויס פון א פרעמדן הויז וועמענס וועגן זענען זיי אומבאקאנט.
די פראבלעם ליגט ביי אונז, דורכשניטליכע מענטשן, אידן פון א גאנץ יאר. דער תיקון וועט נאר קומען פון אונז, דורך אונז. יעדער דארף אנהייבן טראכטן פאר זיך אליין וואס ער וויל און וויאזוי אנצוקומען אהין. ווארט נישט אויף קיין דירעקציעס, ווייל זיי וועלן נישט קומען -- נישט פון דער ריכטונג פון וואו מיר דערווארטן זיי.
דער אויבנאן איז שטעקן געבליבן אין א תקופה ווען מען איז פארנומען שיצן די ווענט, וואס זענען געבויט געווארן מיט'ן ציל אפצוהאלטן די דרויסנדע קולטור פון זיך אריינרייסן צו אונז. דארט איז מען פארנומען אויסשטאטן די וועכטערס ביים טויער מיט מאדערנעם געווער, אפצוהאלטן די וואס ווילן ארויס פון אנטלויפן.
דא, וואו מיר זענען במציאות, זענען די ווענט און די שומרים 100 פראצענט נישט רעלעוואנט. דער חורבן איז דא און די וועכטערס שטייען אט פאר'ן אריינפאלן אינעם גרוב וואס אונטער די שווערע טויערן.
מיר געפינען זיך אין א אידישקייט וואס איז באזירט אויף א סטרוקטור, אונטערגעבעט מיט עצות צו פארזיכערן אז אלע בלייבן אינעווייניג. מיר שטייען אבער פאר א מציאות וואס צילט יחידים וואס בלייבן ווייטער באקוועם דא. דער בנין איז פעסט און די מויערן זענען באוואכט; אבער די גאנצע פעסטונג שווימט אויף וואסערן און קיינער ווייסט נישט וואוהין זי טראגט זיך.
תיקונים פאר'ן ציבור זענען גוט און וואויל -- אזוי לאנג ווי מיר ווייסן אז דאס זענען צייטווייליגע מאסנאמען. מיר דארפן זיך נעמען אויפבויען יחידים; לערנען א אידישקייט וואס באשטייט פון מער ווי בלויז אזהרות און התראות. דער נייער דור דארף אויסגעשטאט ווערן מיטן געצייג וואס שטימט מיט די פראבלעמען מיט וואס ער ספראוועט זיך. א יונגערמאן זאל נישט פארלירן דאס גלייכגעוויכט ווען ער שטויסט זיך אן אין דיעות און השקפות אנדערש ווי ער האט אייביג געהערט; א פרוי זאל נישט פארלירן די באלאנץ ווען א פרעמדער שמייכלט זיך צו איר.
ווי עס איז, דרייען זיך ארום טויזנטער גייסטיגע זאמבּיס וואס זענען פראגראמירט צו פונקציאנירן ווי אויטאמאטיקס. קיינער האט זיי נישט געזאגט פארוואס ער דארף טאן דאס וואס ער איז מיט'ן-לעבן געווארנט געווארן צו טאן. קיינער האט אים נישט צוגעגרייט צום מציאות פון לעבן מיט וועלכן ער האט זיך געטראפן ספראווען א טאג נאכ'ן ארויסגעשיקט ווערן פון דער ישיבה-וועלט. פון א לעבן דיקטירט דורך זינלאזן צוואנג, פאלט מען אריין אין א שטורמדיגן ים, אן וועלכער-עס-איז צוגרייטונג.
דער רוב פון אונז וויל זיין גוט. דער נעכטיגער ציבור האט עס באשטעטיגט מיט'ן קומען -- און געדולדיג איינזיצן דורכאויס דער פוסטער רעטאריק וואס האט אויסגעפילט דעם גרעסערן חלק פון דער "פראגראם".
דער גוט-מיינענדער ציבור, וואס וויל זען א תיקון, וואס וויל בלייבן ערליך, וואס ווארט נישט אויף דער מינוט ווען אונזער וואקלדיגער בנין וועט זיך איבערקערן כדי צו קענען זיך אנשליסן אין א מאסן עמיגראציע -- יענע דארפן וויסן אז מען דארף אליין טאן, אליין זיך צוגרייטן, אליין זאגן די קינדער, אליין רעדן צום אויבערשטן, אליין באשליסן, אליין אונטערנעמען מיטלען און מאסנאמען.
קיינער וועט די ארבעט נישט טאן. די וואס ווילן, קענען נישט; די וואס קענען, האבן אנדערע פריאריטעטן אין לעבן. פון גלאצן צום אויבנאן וועלן מיר אויף קיין האר נישט קלוגער ווערן. מיר דארפן זיך אליין אין די הענט נעמען.
"ראה נתתי לך ..." די תורה רעדט צום יחיד. די תורה און דאס לעבן באשטייען נישט פון א מיסטעריעזן דאקומענט געמאכט פאר אן עקסלוסיווען קלוב. יעדער מענטש לעבט זיין אייגן לעבן, פרייט זיך ווען ס'גייט אים גוט, און פייניגט זיך ווען עפעס טוט וויי. יעדער איד איז אליין מחיוב וואס ער איז מחיוב. דאס התחייבות פון טאג-טעגליכן לעבן איז א יחיד'שע התחייבות, געוואנדן צו יעדן מענטש באזונדער.
ס'האט זיך געענדיגט די צייט פון זיך אריינשטעלן אין א כלל און מיטפארן. דער כלל פארט נישט גוט. דער כלל ווי א כלל וועט נישט זען קיין תיקון כל זמן ער פאלגט נאך בלינדע מענטשן וואס ביים קלארסטן דעת ווייסן נישט וואס זיי ווילן. דער כלל וועט גוט ווערן ווען די יחידים וואס פורמען אים וועט זיך נעמען טראכטן און טאן וואס ער דארף, אן ווארטן אויף רשות און דירעקציע פון אונזערע בלינדע אויגן.
אוי געוואלד אזעלכע פערל ווערטער אפשר וועגן דעם איז געווען די אסיפה אז איך זאהל דאס הערן א דאנק
השבמחקשארף און צום ענין
השבמחקפיני
השבמחקאון איהש"ר פון 40000 מענטשען איז ביי דיר אזוי אוועק צו מאכען?!
חלילה. וואס טוט זיך אבער מיט'ן יהא שלמא רבא P:
מחקװערטער װי פֿײַלן, װי פֿײַערקױלן און װי פּערל אַלע מיט אַ מאָל. ערשטקלאַסיק.
השבמחקAWESOME. VERY WELL WRITTEN. THATS THE REALITY. LETS FACE IT.
השבמחקא דאנק אלעמען.
השבמחקWOW so to the point!
השבמחקyou wrote very through but does`nt say that the yesterday asifa was wrong, we need both
השבמחק*true
מחקvery eloquent but no very specific. almost like the very asifah itself. Why do you think the asifah was ineffective? What did they exhort participants to do and what should they have done, in your opinion?
השבמחקit had big effect...i know of ppl who deactivated their fb acount after the asifa...nisht vegtzimachen
השבמחקאיך באקום דעם זעלבן איינדרוק. מענטשן האבן גענומען דעם מעסעדזש זייער ערנסט, און ווי עס שיינט האבן גענוג מענטשן זיך אונטערגענומען פארשידענע זאכן.
מחקעס קען זיין אז איך האב צופיל דערווארטעט פון דער אסיפה; אפשר האב איך זיך צופיל גענומען צום הארצן פון די פאליטישע מאנעוורעס הינטער די קוליסן וואס האבן געשפילט אן עיקר ראלע אין פארוואסערן די פראגראם און באזייטיגן פונעם פלאן וויכטיגע עיקרים.
אפילו פאר מענטשן וואס זענען ארויס אנטוישט ווי איך, קען די אסיפה דינען ווי א דערמאנונג פון "אם אין אני לי - מי לי."
האט די אסיפה, בכל אופן, אויפגעטאן גוטע זאכן.
איך בין געווען ביים אסיפה, אזוי ווי צענדליגער אנדערע אידן. אין אנהויב איז עס געווען היפש אינטערעסאנט, און די צוהערער זענען געזיצן געשפאנט ווען רב וואקסמאן האט אראפגעלייגט דעם חומר הענין.
השבמחקכ'מיין אבער אז די אנפירער האבן פארגעסן אז רוב עולם איז נישט מסוגל צו הערן שלש סעודות תורות דריי שעה צייט, און דער עולם איז געקומען הערן עצות אויף למעשה, וואס טוט מען ווייטער, וואס איז דער פלאן, און וואס זענען די לעזונגען פאר יעדן יחיד.
כ'מיין אז די ארגאניזירער האבן געטריבן דעם פערד ביזן טייך, און זענען געווארן מיד אנקומענדיג צום ציל און איינגעשלאפן. א גרויס טייל ציבור האט ערווארטעט אז דער אסיפה זאל גיבן ענטפערס פאר די פראגעס וואס זיי האבן, א ריזן טייל ציבור איז ארויס פונעם אסיפה מיט די שאלה "וואס טוה איך ווייטער" און ווייסן נאך אלץ נישט וואס זיי האבן צו טון למעשה.
קומענדיג צו די אסיפה בין איך געווען זיכער אז מיר גייען הערן איבער א "סאלושען". אלע מיינע חברים האבן אויך געווארט צו הערן א שטיקל איבערבליק איבער די מער טעכנישע חלקים, און נאך א שעה זיצן און הערן דרשות האבן זיי זיך שוין געדרייט אין די קארידארן פונעם ברייטן סטעדיום און גערייכערט אינדרויסן, בלויז דערפאר ווייל זיי האבן פארלוירן אינטערעסע. א שאד.
דער קאמפיין וועט למעשה בלויז מצליח זיין דורך א באוועגונג וואס שטאמט פון אונז אליין, פונעם חבר און דעם שכן, און נישט דורך קיין צוואנג אנגעפירט דורך עטליכע עליטע יחידים. דער קאמפיין דארף באזירט ווערן אויף סאציאלע דרוק, א דרוק וואס פירט דעם ציבור צו אנהויבן זיך רירן אין פאזיטיווע ריכטונגען אן וואס איינער זאל שפירן אז ער ווערט געסטראשעט אדער באדראעט אז מ'וויל אים איינצוימען קעגן זיין ווילן.
עס איז הפלא'דיג ווי יוחנן שיף האט דאס ארויסגעהאט אלעס פון פאראויס.
השבמחקזיינע רייד קלינגען יעצט ווי א נבואה.
http://www.balboos.com/content/2012/05/%D7%93%D7%A2%D7%A8-%D7%9C%D7%A2%D7%A6%D7%98%D7%A2%D7%A8-%D7%A7%D7%95%D7%99%D7%9C/
דאס וואס איר שרייבט איז באמת קיין שום חידוש נישט.
השבמחקדער חובת הלבבות האט שוין ענדליך געשריבן כמעט טויזענט יאר צוריק, און ס'איז טאקע א פלא פארוואס קיינער האט וועגן דעם נישט גערעדט ביי די אסיפה!
אין די הקדמה צו זיין ספר שרייבט ער:
"ואני שאלתי אחד מהנחשבים מחכמי התורה, במקצת מה שזכרתי לך בחכמות המצפון (דאס הייסט - די חלק המחשבה פון יודישקייט), והשיב אותי כי הקבלה תעמוד במקום העיון בזה ובמה שדומה לו. אמרתי לו: אין זה ראוי אלא למי שאין בו יכולת לעיין מפני מעוט הכרתו ורוחק הבנתו, כנשים וכקטנים וחסרי הדעת מן האנשים. אך מי שבכוח שכלו והכרתו לעמוד על בירור מה שקיבל, ועכבוהו מלעיין בו בשכלו העצלות והקלות במצות האל ובתורתו - הוא נענש על זה, ואשם על אשר התעלם ממנו.... וזה יתבאר משני פנים: אחד מהם ממה שאמר הכתוב (דברים יז) כי יפלא ממך דבר למשפט, בין דם לדם בין דין לדין, וגומר, ועשית על פי הדבר אשר יגידו לך, וגומר. וכשאתה מסתכל במה שכולל הפסוק הראשון מענייני הדינים, תמצאם דברים שצריכים לפרוט אותם ולחלקם ולדקדק בהם בדרך הקבלה, לא בדרך אותות השכל.
הלא תראה, שלא הזכיר בכללם עניין מן העניינים אשר יושגו מצד השכל. כי לא אמר: כשתסתפק ... (ו)בשורש משורשי הדת בעבודת המקום, ובטוח עליו והיכנע לפניו, וייחד המעשה לשמו, ולברר המעשים הטובים מפגעי ההפסד וענייני התשובה מן העבירות, ולירוא ממנו, ולאהבה אותו, ולהתבושש מפניו, ולחשוב עם הנפש בעבור שמו, והדומה לזה ממה שיגיע אליו האדם בדרך השכל וההכרה, שתאמין בהם על ידי חכמי התורה והסמך, ותסמוך על דברי קבלתם בלבד.
אבל אמר: שתשוב על דעתך, ותשמש בשכלך במה שדומה לזה אחר שתעמוד עליו מצד הקבלה, שהיא כוללת כל מצות התורה ושורשיהן ופרקיהם, ותחקור עליו בשכלך ותבונתך ושיקול דעתך, עד שיתברר לך האמת ויידחה השקר".
בקיצור: יעדער דארף אליין ארבעטן. מיר זענען נישט אויטאמאטיקס!