5/29/2012

די וויסנשאפט

די וויסנשאפט. כ'האב זי ליב. זי דינט ווי א גלעזל קאלט וואסער צו שטילן מיין נייגער-דורשט. 

איז וויסנשאפט אבער טאקע בלויז דאס, א מיטל צו ערפילן א נויט.

איך וויל אבער וויסן וואס ליגט אונטער דורשט. איך וויל פארשטיין וואס אזוינס איז מיט'ן וואסער -- דאס שייכות פון דעם ביז מיין דורשט. וואס האט זיי צוזאמגעברענגט? וויאזוי איז עס אז די צוויי פאסן אזוי איינס צום אנדערן?

כ'ווייס, די פראגן האבן ענטפערס. אבער די דאזיגע ענטפערס ברענגען אויף פרישע פראגן. די קשיא, הגם אין אנדערע פארמען, וועט בלייבן שווער.

די וויסנשאפט איז אזא פלעשלייט. זי שיקט א מאסע ליכט און דעקט אויף פאר די אויגן זאכן וואס זענען שוין פריער דא געווען. מיר האבן זיי פשוט נישט געזען, ביז געקומען איז די וויסנשאפט און פאר אונז געוויזן דאס, וואס איז דא געווען פון אנהייב אן. 

איך וויל וויסן וואס ליגט אונטער די פאקטן, וואס די וויסנשאפט אנטדעקט. איך וויל זיך באקענען מיט דעם כוח, וואס טרייבט דאס עקזיסטירנדע פון נישט-זיין צו יא-זיין.

וויסנשאפט וועט די פראגע קיינמאל נישט ענטפערן -- נישט ווייל זי וויל נישט, נאר ווייל זי  קען נישט. 

וויסנשאפט זוכט צו פארשטיין דאס וואס איז שוין דא. וויסנשאפט מאכט דעם חשבון, וויאזוי די נאטור פונקציאנירט. וויסנשאפט ווייסט אבער נישט וואס טרייבט די נאטור; וויסנשאפט ווייסט נישט פארוואס. 



3 תגובות:

  1. אנונימי5/6/12

    איך זעה דא צוויי באזונדערע פראגעס.

    דער ערשטער: "איך וויל פארשטיין וואס אזוינס איז מיט'ן וואסער -- דאס שייכות פון דעם ביז מיין דורשט. וואס האט זיי צוזאמגעברענגט? וויאזוי איז עס אז די צוויי פאסן אזוי איינס צום אנדערן?"

    למען האמת, פארשטיי איך נישט די פראגע אזוי גוט. דאס איז דאך דער טבע פונעם מענטש צו זוכן און נישטערן, און פרעגן פראגעס, זיין נייגעריג, און פרובירן זיך דערגרינטעווען צו עפעס מער, עפעס בעסער און עפעס העכער. פונקט ווי דער מענטש דארף טרינקען וואסער און עסן ברויט, און פרעגט נישט וויאזוי איז דאס אז דער וואסער שטילט מיין דארשט, דאס זעלבע איז עס מיט די רוחניות'דיגע וואסער און דארשט. מיינט איר ניט אזוי?

    די צווייטע פראגע: "איך וויל וויסן וואס ליגט אונטער די פאקטן, וואס די וויסנשאפט אנטדעקט. איך וויל זיך באקענען מיט דעם כוח, וואס טרייבט דאס עקזיסטירנדע פון נישט-זיין צו יא-זיין"

    ווי איך פארשטיי פון דיין פראגע, פרעגסטו איבערן כח וואס טרייבט דעם גאנצן עקזיסטענץ און דער מציאות אז ס'איז בכלל עפעס פארהאן. נו, ווייסן מיר דאך אלע קליפ און קלאר אז דער כח איז דער ערשטער כח וואס האט אלעס באשאפן און ער איז דער וואס טרייבט אלעס, אלעס איז ער און ער איז אלעס, און די אלע פארמען פון עקזיסטענץ זענען בלויז שטראלן פון זיין גרויסן ליכט, וואס מיר באגרעניצטע מוחות קענען נישט דערהייבן, טראץ וואס אין אונז איז דא א טרייב קראפט צו וויסן מער, כמובא לעיל.

    השבמחק
    תשובות
    1. די ערשטע פראגע פירט צו דער צווייטער. פארוואס וואסער לעשט דורשט, איז לכאורה א טעכנישע פראגע. איך ווייס נישט דעם תירוץ, אבער כ'בין זיכער אז ער איז פשוט. די וויסנשאפט, בין איך זיכער, גיט א הסבר פון וואס דורשט נעמט זיך און וויאזוי ער רופט זיך אפ אינעם קערפער. די וויסנשאפט ווייסט אויך וואס וואסער איז און וויאזוי עס בארואיגט דעם דורשט.

      אבער, אפגעזען ביז וואו סייענס איז שוין אנגעקומען, ווי יסודות'דיג ער קען שוין פארענטפערן די פראגע (אויפ'ן מאלעקיולאר אדער אטאמישן שטאפל), ווערט די פראגע ביסודו נישט פארענטפערט. כל זמן דער פראצעס באשטייט פון מער ווי איין "זאך" - פון זאכן וואס interacting איינע מיט דער אנדערער, קען מען פרעגן די זעלבע שאלה: וויאזוי איז דאס משפיע אויף יענץ?

      אוודאי איז דער אין סוף דער איינציגער כוח וואס טרייבט אלעס. אבער אין סוף איז עפעס וואס איז אוממעגליך צו באנעמען. אין סוף וועלן מיר נישט פארשטיין, אפילו נאך דעם וואס די מענטשהייט וועט אנקומען צו א שטאפל, ביי וועלכן די גרעניצן פון זאך ביז זאך פארשווינדן, און אלעס איז אן אויסדרוק פון עפעס איין גרויסער "זאך". אפילו דעמאלט וועלן מיר נישט שטיין קיין האר נאענטער צו באנעמען אין סוף.

      פארשטיין אין סוף קען מען אוודאי נישט. אבער האבן עפעס א דביקות דערין, קען מען יא, יעדער לויט זיין השגה. דאס איז א מתנה, ווייל לאגיק און די אנדערע נאטור-געזעצן דערהייבן עס נישט.

      איך מיין אז דאס קענען זען די בריאה ווי א פשוט'ע איין-גאנצקייט דארף זייער מורא'דיג געשמאק. איך זוך דעם טעם - צמאה נפשי...

      מחק
  2. אנונימי19/6/12

    אנטשולדיגט מיר, בעל הבלאג, אבער אים האב נישט באזוכט דא איטליכע וואכן, און איך האב נישט געזען אייער ענטפער.

    למען האמת, איך ווייס נישט אויב איך זאג עפעס אנדערש ווי אייך אדער מיר פרובירן זאגן דאס זעלביגע...

    דער אויספיר פון דעם דאזיגן ארטיקל טוט מאכן דעם בעסטן סך הכל, וזלה"ק: " וויסנשאפט ווייסט אבער נישט וואס טרייבט די נאטור; וויסנשאפט ווייסט נישט פארוואס. "

    אייער משל הויבט זיך אן מיט וויסנשאפט אלס חכמה פון פאקטן איבער דעם נאטור, אבער די זעלבע פראגע קען געפרעגט ווערן איבער דעם עצם עקזיסטענץ אלס עקזיסטענץ, אדער דעם שכל, דער מח, וואס פרעגט די פראגע גופא.

    למשל, קען איינער פרעגן: פון וואו נעמט זיך לאגיק? איז לאגיק טאקע לאגיש, אדער איז לאגיק א סארט פראגראמירונג פונעם מח?

    דער לאגישער (פאן מיט א פינטל דערינען יא אינטענדירט) ענטפער איז לכאורה אז לאגיק איז ביידע. לאגיק איז פראגראמירט דורך דעם זעלביגן וואס האט אלעס פראגראמירט, און ס'איז ניטאמאל שייך צו פרעגן אויב לאגיק איז טאקע לאגיש, ווייל ס'איז נישט פארהאן קיין אנדערער זאך צי וואס עס צוגלייכן (עס איז נישט פארהאן קיין פרעים אוו רעפרענס, בלע"ז).

    מיר מענטשן זענען געבוירן אינעם 'פראגראם', מיר זענען 'פראגראמירט', אבער מיר קענען נישט ארויסקוקן פונעם 'פראגראם'. מיר לויפן דערינען, מיר זענען טייל דערפון און באגרעניצט דערצו.

    נוצנדיג אונזערע לאגיק, פארש און אויך מסורה, קענען מיר באגרייפן דעם פאקט אז דער סיבה ראשונה האט דאס אלעס אהערגעשטעלט, און אז ער האט אונז איבערגעלאזט א וועג וויאזוי זיך צו פירן.

    השבמחק