5/30/2012

ביים בין השמשות פון חרדיזם

איינער פון מיינע קינדהייט-העלדן איז רבי אלי' חיים מייזל, רב אין לאדזש. כ'האב מסתמא בשעת מעשה, ווען כ'האב געלייענט זיין ביאגראפיע ווי געשילדערט דורך מנחם-מענדל'ען, זיך אליין נישט געכאפט פארוואס איך בין אזוי נתפעל פון אים. צוריקקוקנדיג, האט מיך געכאפט זיין אייגנארטיגקייט אינעם זיין א מענטש פון טאט. אין יענעם בוך, "דאס לעבן און שאפן פון רבי אלי' חיים מייזל", ווערט צווישן אנדערן דערציילט וועגן דער כאלערע מגיפה וואס האט באטראפן יענעם ראיאן, און ווי דער לאדזשער רב האט די עפידעמיע באקעמפט אויף אלע פראנטן מיט ממשות'דיגע פעולות. הרב מייזל האט געקעמפט פאר די רעכטן פון ארעמע און בא'עוולה'טע. נישט לאנג צוריק האב איך געלייענט אז ביי זיין לוי' האט זיך באטייליגט א ריזיגער עולם פון פרייע אידן און אפילו נישט אידן -- ארבעטערס וואס זענען ביז דעם לאדזשער רב עקספלואטירט און באקריוודעט געווארן דורך זייערע רייכע באלעבאטים. 

וואו איז ער היינט? וואו נעמט מען א לאדזשער רב?

אדאנק דעם סיטיפילד-כינוס, איז אנטשטאנען אן אויפוואכונג איבער דער אינטערנעט'ס ראלע אין דער חרדישער געזעלשאפט. אלע רעדן פון די פראבלעמען וואס דער אינטערנעט האט מיט זיך געברענגט ביים אריינקומען אין אונזער לאגער. דער איינדרוק וואס באקומט זיך אבער איז אנשטאט א פאקוס אויף עפעס ממשות, איז די ענערגיע פארוואנדלט געווארן אין א פארמעסט איבער ווער קען שרייען העכער און שארפער קעגן דער "סכנת האינטערנעט". 

דער אינטערנעט איז דא און וועט דא בלייבן. דאס איז נישט קיין רעטארישע דעקלאראציע, נאר אן אבסערוואציע, א טרוקענער פאקט. אחוץ חרדישע אידן, זענען מיר אויך ביזנעסלייט און אינדיווידואלע מענטשן מיט פארשידענע אינטערעסן אין לעבן. דאס זענען די סיבות פארוואס און וויאזוי אינטערנעט איז צו אונז אריינגעקומען, קעגן דער הוראה פון רבנים. דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער אינטערנעט האט דערווייל איבערגעלעבט אלע אטאקעס קעגן איר.

און דאס איז ווייטער די סיבה פארוואס דער אינטערנעט וועט דא בלייבן.

נעמט זיך, טייערע אידן, אין קאפ אריין: דער אינטערנעט איז געווארן -- געווארן, בלשון עבר -- טייל פון אונזער לעבן. ס'איז א געשעענער פאקט. איך זאג עס נישט מיט טריאומף, ווייל איך פארטרעט נישט דעם אנדערן צד אין דעם קאמף. איך זאג עס בניחותא, ווי א פאקט וואס איז דא, צו וואס יעדער וואס לייענט די שורות וועט מסכים זיין. 

וואס איז דערווייל נישט דא איז דער חורבן וואס דער אינטערנעט איז בכוח צו ברענגען אויף אונזער געזעלשאפט ווי א כלל. יא, חורבנות און קרבנות זענען פאראן, בשפע. דאס איז אבער נאר אויף יחידים. א חורבן אויף אונז ווי א קהילה האט דער אינטערנעט נאכנישט געמאכט. איז ער אבער זייער עלול דערויף; ער פארמאגט די כלים וואס פעלן זיך צו דעם אויס. פילטערס און אינטערנעטלאזע סעלפאונס זענען זייער גוט; אבער ווידעראמאל, זיי זענען גוט צו העלפן יחידים; צו ראטעווען נאך איינעם און נאך צען און נאך הונדערט מענטשן פון אנקומען וואוהין זיי אליין ווילן נישט. 

די אלע זאכן העלפן אבער קיין משהו נישט אויף דעם נייעם מציאות פון אפנקייט און פרייער צוטריט צו אומגעפילטערטער אינפארמאציע. ס'איז שוין יעצט נישט קיין אינטערשייד צי דער דאזיגער פענאמען איז גוט אדער שלעכט. איינמאל ס'איז געווארן א פאקט, דארף מען זיך מיט אים ספראווען. מען דארף זיך אפגעבן מיט'ן מציאות ווי ס'איז, נישט ווי ס'וואלט געזאלט זיין.  די קעגן-אינטערנעט מערכה ווערט יעצט געפירט ווי גלייך דער אינטערנעט וואלט געשטאנען פארכאפט אין א טראפיק ביי דער וועריזאנאו בריק. פארשטאפן די אויערן און פארדעקן די אויגן וועט אבער גארנישט משנה זיין פונעם פאקט אז נישט נאר איז ער שוין אראפ פון הייוועי, נאר ער האט זיך באקוועם געמאכט אין אלע אידישע הייזער פון שטאט. גיי שריי פוי קעגן די צדוקים און שומרונים. אזא פנים טראגט עס. 

אין חב"ד איז מען זיך נוהג אז אנשטאט קעמפן, ווערט די טעכנאלאגיע אריינגעברענגט אין אידישקייט. יעדע טעכנאלאגישע ערפינדונג ווערט נאך איינגעשפאנט אין דער ארבעט פון פארשפרייטן אידישקייט. נישט יעדע אידישע קהילה האט אזא מסורה. אבער מיר האלטן שוין יעצט לאנג נאך דער דילעמא פון אריינברענגען דעם אינטערנעט אדער לאזן אינדרויסן. 

אין גוזרין גזירה על הציבור, אלא אם כן רוב ציבור יכול לעמוד בה. ואומר: "עת לעשות לה', הפרו תורתיך." יא, "חדש אסור מן התורה" איז איינער פון צענדליגער אנדערע מאמרים וואס ווערן נישט זעלטן געניצט צו בארעכטיגן פוילקייט און פחד כלפי גיין אויף אומהיימליכע וועגן. אבער אויב דער הפרו תורתיך ווערט במילא געניצט אויפ'ן גרויסן פארנעם -- יעדער ווען אים קומט אזוי אויס -- מעג מען אים דא, ווען קיין אנדערע ברירה איז במילא נישטא, אויך ניצן. וויאזוי? איך ווייס נישט. וואס מען טוט יעצט, פארשרייען און באשפייען א פאקט פון לעבן, איז אבער נאענטער צו טפשות ווי תורה.



3 תגובות:

  1. חיים31/5/12

    Well said.

    השבמחק
  2. יאנטל1/6/12

    האקן קען יעדער, עפעס אן ענטפער האט איר? ניין. אלזא, לאזט די ארבעט פאר די וואס האבן יא אן ענטפער, קיין חילוק אויב איר זענט איינשטימיג אדער נישט.

    השבמחק
    תשובות
    1. אנונימי3/6/12

      יאנטל די וואס טוען די ארבעט האבן דען יא אן ענטפער????

      זייער איינציגער ענטפער איז שרייען מיט פארמאכטע אויגן מיט טפשות, וואספארא מין ענטפער איז דאס? צו קען מען זיי לאזן טון די ארבעט?!

      מחק