7/17/2012

איך בין

וואס זאל איך זאגן, אז כ'ווייס נישט ווער רעדט.
צו וועמען זאל איך רעדן, אז כ'ווייס נישט וויאזוי כ'זאג.

וואוהין זאל איך גיין, אויב כ'ווייס נישט וואו כ'בין.
וואס זאל איך טאן, אויב כ'ספק זיך אין עצם פעולה.

וועמען זאל איך דינען, אויב כ'קען זיך אליין נישט.
ווי קען איך אויסארבעטן מדות, ווען זייער מהות איז פרעמד?

ווי קען מען טראכטן, ווען דער טראכטער איז באהאלטן?
ווי קען מען וויסן, ווען דער ווייסער איז נאכנישט געבוירן?

וועל איך לאזן די רייד רעדן,
דעם זאגער זאגן.
דעם גאנג גיין,
דעם טוער טאן.

זאל זיך דינען, דעם וועמען ס'דינט זיך;
לאזן די מדות זיך אויסארבעטן.

כ'וועל טראכטן פון סוד און ווייטער,
וויסן וואס ווייסערשאפט דערוואוסט זיך.

-- און מיט דעם צופרידן זיין.



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה