8/08/2012

איך שרייב

איך שרייב צוואות -- א סך.
איך שרייב א צוואה א מינוט.
איך באראט זיך מיט סעקונדן,
פרעג זיי וואס אנצוזאגן די מינוטן.
איך דערלאנג מינוט-צוואות,
פארלאנג יעדע מאמענט אנצוזאגן די נעקסטע.

איך שרייב צוואות, ווי געווענליך --
מיט שווארצן טינט אויף שווארצן פאפיר.
איך דערזאג זיי נישט,
דעם תוכן פון אנזאג.
זאלן שורות מיך נישט נודנען,
מיט'ן מיין פון די ווערטער.

איך שרייב צוואות, איינע יעדע מאמענט.
כ'שטארב באלד דערויף אפ,
אין חלל וואס צווישן מאמענט און מאמענט.
כ'ווער פריש געבוירן,
פונעם אומזין וואס שאפט די צייט:
אט יענער גארנישט וואס טראכט אויס בראשית.


3 תגובות:

  1. איך, איך, איך, איך
    די לעצטע פיר שטיקלעך זענען אלע "איך"

    השבמחק
    תשובות
    1. וואס באדייט דאס???

      מחק
    2. אני ואפסי. איך און מײן גארנישטקייט.

      מחק