12/11/2012

א מעשה מיט א פארלוירענער מינוט

געשען איז עס מיט א מינוט וואס האט זיך ארויסגעריסן פון איר שעה. דאס מינוטקעלע האט זיך געטראפן אין א ווילד-פרעמדן שטח, אן קיין דירעקציעס און אנווייזונגען וואו צו גיין. די כללים פון אפגרעניצן א מאמענט זענען דא אנדערש, האט דאס מינוטקעלע א צעשוידערטע זיך געכאפט. תחילת האט זי געטראכט פון זיך ארויסלאזן וואנדערן. אפשר וועט דאס מזל איר אפגליקן, האט זי, מיט'ן לעצטן טראפן צעשווימענער אריענטאציע, זיך געקלערט. אפשר וועל איך זיך אנשטויסן אין א מינוטישן ישוב און דארט באקומען א שטיקל עצה. אבער, האט זי א צעמישטע זיך אנגעכאפט ביי א סעקונדע, דא איז דאך בכלל נישט פאראן אזא זאך ווי ברייט און לענג. אלץ איז ווערטיקאל, און גאר אָן פלאץ! 

א שרעק. 

וואס איז דאס נאר א שעה, האט די מינוט געפרואווט זיך דערמאנען. נישטא אזא זאך! ס'איז געווען א דמיון. מיינע שוועסטער-מינוטן "דארט" לעבן אין א שרעקליכן טעות! זיי פארשווענדן זייער עקזיסטענץ אויף עפעס א פאנטאזיע. 

אבער פארט, פון וואו קום איך? וואו באלאנג איך? וואוהין ציט מיך יעצט? כ'זע דאך אז כ'וויל צוריקגיין; דאס הייסט, אויב וויל זיך מיר אוועקגיין פון דא, מוז דאך זיין עפעס א דארט וואו כ'וויל זיין אנשטאט. אבער וואו איז "דארט"? א רגע: וואס איז דאס בכלל "דארט"? אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט מיין "זיין". וואס חלומ'ט זיך מיר פון א דארט און דעמאלט? דאס זענען פאנטאזיעס, שיריים פון א בייזן חלום. 

אזוי איז די צעמישטע, נאקעטע מינוטקעלע געבליבן ווי זי איז, אין צווישן-צושטאנד. מיט א פסיכיק פריי פון יעדן ממשות אבער באשפרענקלט מיט איבערבלייבענישן פון "דא" און "דעמאלט", האט דאס מינוטקעלע א רעזיגנירטע איינגעדרעמלט אויף אייביג. 

איך בין דורך דער גאנצער צייט געשטאנען א געשפאנטער אויף דער אנדערער זייט. איינמאל ס'איז מיר קלאר געווארן, אז די אנטלאפענע מינוט האט זיך מייאש געווען פון איר ארט אין שעה און וועט זיך דארט מער נישט אומקערן, בין איך א באגייסטערטער דארט אריינגעשפרונגען. (כ'האב, דעם אמת געזאגט, געציטערט פון דעם שריט. ווער ווייסט וואס איך וועל דארט זען? אבער, כ'וועל דאך נישט ארויסלאזן אזא געלעגנהייט. קיין נאר בין איך נישט!)

כ'וועל אייך נאך אפשר אמאל דערציילן וואס איך האב אלץ געזען דארט, אין ליידיגן פלאץ, אין שכינות פון וויברירנדע מינוטן, געיאגט פון עפעס אן אויסגעטראכטער מעשה וועגן פריער, יעצט און שפעטער. אבער קודם וועל איך מוזן ווי-עס-איז ארויסקריכן פונעם יעצטיגן יעצט אין וועלכן כ'בין שטעקן געבליבן. 



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה